1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ באַטראַכטונג פֿון די קינדער פֿון קֹרַח.
2 װי אַ הינד לעכצט נאָך בעכן װאַסער,
אַזױ לעכצט מײַן זעל נאָך דיר, אלֹקים.
3 מײַן זעל טוט דאָרשטן נאָך אלֹקים,
נאָך דעם לעבעדיקן אֵל:
װען װעל איך קומען, און זיך װײַזן פֿאַר אלֹקים?
4 מײַן טרער איז געװאָרן מײַן שפּײַז טאָג און נאַכט,
אַז מע זאָגט מיר אַ גאַנצן טאָג:
װוּ איז דײַן ג-ט?
5 דאָס טו איך דערמאָנען,
און גיס אױס מײַן זעל אין מיר:
װי איך פֿלעג דורכגײן מיט אַן עולם,
זײ פֿירן צום הױז פֿון אלֹקים
מיט אַ קֹול פֿון געזאַנג און לױב,
אַ יוֹם-טובֿדיק געזעמל.
6 װאָס ביסטו געבױגן מײַן זעל,
און טוסט ברומען אין מיר?
האָף צו אלֹקים, װאָרעם איך װעל אים נאָך לױבן
פֿאַר דער הילף פֿון זײַן פּנים.
7 מײַן ג-ט, מײַן זעל איז געבױגן אין מיר,
װאָרעם איך טו דיך דערמאָנען,
פֿון יַרדן-לאַנד און די חֶרמוֹנס,
פֿון דעם באַרג מִצעָר.
8 תּהום צו תּהום טוט רופֿן
אין דעם קֹול פֿון דײַנע װאַסערפֿאַלן;
אַלע דײַנע אינדן און דײַנע װעלן
זײַנען אַריבער אױף מיר.
9 בײַ טאָג באַפֿעלט ה׳ זײַן חֶסֶד,
און בײַ נאַכט איז זײַן געזאַנג מיט מיר,
אַ תּפֿילה צו דעם אֵל פֿון מײַן לעבן.
10 איך זאָג צו אֵל מײַן פֿעלדז:
פֿאַר װאָס האָסטו מיך פֿאַרגעסן?
פֿאַר װאָס מוז איך פֿינצטער אומגײן
פֿון װעגן דער דריקונג פֿון שׂונא?
11 מיט רציחה אַזש אין מײַנע בײנער
לעסטערן מיך מײַנע פֿײַנט,
אַז זײ זאָגן צו מיר אַ גאַנצן טאָג:
װוּ איז דײַן ג-ט?
12 װאָס ביסטו געבױגן מײַן זעל,
און װאָס טוסטו ברומען אין מיר?
האָף צו אלֹקים, װאָרעם איך װעל אים נאָך לױבן –
די הילף פֿון מײַן פּנים, און מײַן ג-ט.