1 אַ מיזמור פֿון דָוִדן, װען ער איז געװען אין דער מדבר פֿון יהוּדה.
2 אלֹקים, דו ביסט אֵלי,
דיך טו איך זוכן;
נאָך דיר דאָרשט מײַן זעל,
צו דיר געלוסט מײַן לײַב,
אין אַ לאַנד פֿון טריקעניש,
און אַ פֿאַרשמאַכטער אָן װאַסער.
3 אַזױ האָב איך אױסגעקוקט אױף דיר,
אין הײליקטום צו זען דײַן שטאַרקײט און דײַן כּבֿוד.
4 װאָרעם דײַן חֶסֶד איז בעסער פֿון לעבן;
מײַנע ליפּן װעלן דיך לױבן.
5 אַזױ װעל איך דיך בענטשן דורך מײַן לעבן;
אין דײַן נאָמען װעל איך אױפֿהײבן מײַנע הענט.
6 װי מיט פֿעטס און מאַרך איז זאַט מײַן זעל,
און מיט זינגעדיקע ליפּן טוט לױבן מײַן מױל,
7 אַז איך דערמאָן דיך אױף מײַן געלעגער,
אַז איך טראַכט אָן דיר אין די װאַכן פֿון דער נאַכט.
8 װאָרעם ביסט מיר אַ הילף געװען,
און אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען טו איך זינגען.
9 מײַן זעל איז באַהעפֿט נאָך דיר;
דײַן רעכטע האַנט לענט מיך אונטער.
10 און די װאָס זוכן מײַן זעל אױף אומצוברענגען,
װעלן אַרײַן אין די טיפֿענישן פֿון דער ערד.
11 מע װעט זײ שלײַדערן אין מאַכט פֿון דער שװערד;
דער חלק פֿון פֿיקס װעלן זײ זײַן.
12 אָבער דער מלך װעט זיך פֿרײען מיט אלֹקים;
רימען װעט זיך איטלעכער װאָס שװערט בײַ אים;
װאָרעם פֿאַרשטאָפּט װערן װעט דאָס מױל פֿון די ליגנזאָגער.