Pular para o conteúdo
Publicidade

Amigo

Por Bíblia Online

O amigo verdadeiro é dádiva rara de Deus. Ele ama em todo tempo, fala a verdade em amor, aconselha com sabedoria e permanece fiel nas adversidades da vida.

Amizade verdadeira

Há amigo mais chegado que um irmão. Em todo tempo ama o amigo. O perfume e o incenso alegram o coração — assim o conselho doce do amigo.

פֿאַראַן חבֿרים אױף זיך צו פֿאַראומגליקן

און פֿאַראַן אַ גוטער פֿרײַנט מער צוגעטאָן פֿון אַ ברודער.

אין אַלע צײַטן איז אַ חבֿר אַ גוטער פֿרײַנט,

אָבער פֿאַר אַ צרה איז אַ ברודער געבאָרן.

אײל און װײַרעך דערפֿרײט דאָס האַרץ,

דאָס גלײַכן די זיסקײט פֿון אַ חבֿר דורך אַ האַרציקער עצה.

אײַזן שלײַפֿט מען מיט אײַזן,

און אײן מענטש שלײַפֿט דעם שאַרף פֿון דעם אַנדערן.

בעסער אַן אָפֿענער פֿאָרװוּרף

אײדער פֿאַרבאָרגענע ליבשאַפֿט.

געטרױלעך זײַנען די װוּנדן פֿון אַ גוטן פֿרײַנט,

און צו לאַסט זײַנען די קושן פֿון אַ שׂונא.

דײַן גוטן פֿרײַנט,

און דײַן פֿאָטערס גוטן פֿרײַנט זאָלסטו נישט פֿאַרלאָזן;

און זאָלסט נישט קומען אין דײַן ברודערס הױז אין טאָג פֿון דײַן בראָך;

בעסער אַ נאָנטער שָכן אײדער אַ װײַטער ברודער.

דער װאָס גײט אום מיט קלוגע, װעט קלוג װערן,

און דער װאָס חבֿרט זיך מיט נאַרן, װעט פֿאַראומגליקט װערן.

זאָלסט זיך נישט חבֿרן מיט אַ צאָרנדיקן מענטשן,

און מיט אַ כּעסן זאָלסטו נישט צונױפֿקומען;

טאָמער װעסטו לערנען זײַנע װעגן,

און װעסט נעמען אַ שטרױכלונג פֿאַר דײַן זעל.

דאָס רָובֿ מענטשן רופֿן אױס איטלעכער זײַן גינציקײט,

אָבער אַ געטרײַען מענטשן װער קען געפֿינען?

רײַכטום קריגט צו פֿיל גוטע פֿרײַנט,

און דער אָרעמאַן װערט צעשײדט פֿון זײַן גוטן פֿרײַנט.

Jesus, o amigo

Já não vos chamo servos, mas amigos. O maior amor é dar a vida pelo amigo. Jesus é o amigo que nunca falha.

Companheiros de fé

Dois são melhores do que um. Os companheiros de fé se fortalecem mutuamente e caminham juntos com o Senhor.

בעסער צװײ אײדער אײנער, װאָרעם זײ האָבן אַ גוטן לױן פֿאַר זײער מי. װאָרעם אַז זײ פֿאַלן, הײבט אײנער אױף דעם אַנדערן, אָבער װײ צו דעם אײנצלנעם װאָס פֿאַלט, און נישטאָ אַ צװײטער אים אױפֿצוהײבן.

אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן

זע, װי גוט און װי ליב

איז דאָס זיצן פֿון ברידער בײַנאַנד.

אַזױ װי טײַער אײל אױפֿן קאָפּ,

װאָס נידערט אַראָפּ אױף דער באָרד

אױף דער באָרד פֿון אַהרֹנען,

װאָס נידערט אױפֿן קאָלנער פֿון זײַנע קלײדער;

אַזױ װי דער חֶרמוֹן-טױ װאָס נידערט

אױף די בערג פֿון צִיוֹן;

װאָרעם דאָרטן האָט ה׳ באַפֿױלן אַ ברכה,

לעבן ביז אײביק.

אַ חבֿר בין איך צו אַלע װאָס פֿאָרכטן דיך,

און צו די װאָס היטן דײַנע באַפֿעלן.

און יהוֹנָתָן האָט געשלאָסן אַ ברית מיט דָוִדן, װײַל ער האָט אים ליב געהאַט װי זײַן אײגן זעל.

Seja o primeiro