1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן
זע, װי גוט און װי ליב
איז דאָס זיצן פֿון ברידער בײַנאַנד.
2 אַזױ װי טײַער אײל אױפֿן קאָפּ,
װאָס נידערט אַראָפּ אױף דער באָרד –
אױף דער באָרד פֿון אַהרֹנען,
װאָס נידערט אױפֿן קאָלנער פֿון זײַנע קלײדער;
3 אַזױ װי דער חֶרמוֹן-טױ װאָס נידערט
אױף די בערג פֿון צִיוֹן;
װאָרעם דאָרטן האָט ה׳ באַפֿױלן אַ ברכה,
לעבן ביז אײביק.