Arca da aliança
A Arca da Aliança era o símbolo mais sagrado de Israel — representava a presença de Deus no meio do seu povo. Sobre ela brilhava a glória do Senhor entre os querubins.
און זײ זאָלן מאַכן אַן אָרון פֿון שִטים-האָלץ; צװײ אײלן און אַ האַלב זײַן לענג, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן ברײט, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן הײך. און זאָלסט אים איבערציען מיט רײנעם גאָלד – פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק זאָלסטו אים איבערציען; און זאָלסט מאַכן אױף אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום. און זאָלסט אױסגיסן פֿאַר אים פֿיר גילדערנע רינגען, און אַרױפֿטאָן אױף זײַנע פֿיר פֿיס; און צװײ רינגען זאָלן זײַן אױף זײַן אײן זײַט, און צװײ רינגען אױף זײַן צװײטער זײַט. און זאָלסט מאַכן שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערציען מיט גאָלד. און זאָלסט אַרײַנציען די שטאַנגען אין די רינגען בײַ די זײַטן פֿון אָרון, צו טראָגן אױף זײ דעם אָרון. אין די רינגען פֿון אָרון זאָלן די שטאַנגען זײַן, זײ זאָלן נישט אָפּגעטאָן װערן פֿון אים. און זאָלסט אַרײַנטאָן אין דעם אָרון דאָס צײגנים װאָס איך װעל דיר געבן.
און זאָלסט מאַכן אַ דעק פֿון רײנעם גאָלד; צװײ אײלן און אַ האַלב זײַן לענג, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן ברײט. און זאָלסט מאַכן צװײ גילדערנע כּרובֿים; געהאַמערט זאָלסטו זײ מאַכן, בײַ בײדע עקן פֿון דעק. און מאַך אײן כּרובֿ בײַם עק פֿון דער זײַט, און אײן כּרובֿ בײַם עק פֿון דער אַנדער זײַט; פֿון דעם דעק גופֿא זאָלט איר מאַכן די כּרובֿים בײַ זײַנע בײדע עקן. און די כּרובֿים זאָלן אױסשפּרײטן די פֿליגלען צו דער הײך, שירעמענדיק מיט זײערע פֿליגלען איבער דעם דעק, מיט זײערע פּנימער אײנער אַקעגן אַנדערן; צום דעק צו זאָלן זײַן די פּנימער פֿון די כּרובֿים. און זאָלסט אַרױפֿטאָן דעם דעק אױבן אױפֿן אָרון; און אין דעם אָרון זאָלסטו אַרײַנטאָן דאָס צײגנים װאָס איך װעל דיר געבן.
און איך װעל זיך דאָרטן אַנטפּלעקן צו דיר, און װעל רעדן מיט דיר פֿון איבערן דעק, פֿון צװישן די צװײ כּרובֿים װאָס איבער דעם אָרון פֿון צײגנים, אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
און בצַלאֵל האָט געמאַכט דעם אָרון פֿון שִטים-האָלץ, צװײ אײלן און אַ האַלב זײַן לענג, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן ברײט, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן הײך.
און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: אין ערשטן טאָג פֿון ערשטן חודש זאָלסטו אױפֿשטעלן דעם מישכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד. און זאָלסט אַרײַנטאָן אַהין דעם אָרון פֿון צײגנים, און פֿאַרהענגען דעם אָרון מיטן פָּרוֹכֶת.
און ער האָט גענומען און אַרײַנגעלײגט דאָס צײגנים אין דעם אָרון, און אַרױפֿגעטאָן די שטאַנגען אױפֿן אָרון, און אַרױפֿגעלײגט דעם דעק אױבן איבערן אָרון. און ער האָט אַרײַנגעבראַכט דעם אָרון אין מישכּן, און אַרױפֿגעטאָן דעם פָּרוֹכֶת פֿון צװישנשײד, און פֿאָרהאַנגען דעם אָרון פֿון צײגנים, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן.
און אַז משה איז געקומען אין אוֹהל-מוֹעד כּדי ג-ט זאָל רעדן מיט אים, האָט ער געהערט דעם קֹול רעדן צו אים פֿון איבער דעם דעק װאָס אױפֿן אָרון פֿון צײגנים, פֿון צװישן די צװײ כּרובֿים; אַזױ האָט ער גערעדט צו אים.
און זײ האָבן געצױגן פֿון דעם באַרג פֿון ה׳ דרײַ טעג װעגס, און דער אָרון פֿון ג-טס ברית האָט געצױגן זײ פֿאַרױס דרײַ טעג װעגס, אױסצוזוכן פֿאַר זײ אַ רואָרט. און דער װאָלקן פֿון ה׳ איז געװען איבער זײ בײַ טאָג, װען זײ האָבן געצױגן פֿון לאַגער. און עס איז געװען, אַז דער אָרון האָט געצױגן, האָט משה געזאָגט: שטײ אױף, ה׳, און זאָלן צעשפּרײט װערן דײַנע פֿײַנט, און זאָלן אַנטלױפֿן דײַנע שָׂונאים פֿאַר דיר!
און אַז ער האָט גערוט, האָט ער געזאָגט: קער אײַן, ה׳, צו די צענטױזנטן פֿון די משפּחות פֿון יִשׂרָאֵל!
און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: זאָג צו אֶלעָזָר דעם זון פֿון אַהרֹן דעם כּהן, ער זאָל אױפֿהײבן די פֿײַערפֿאַנען פֿון צװישן דער פֿאַרברענונג, און דאָס פֿײַער װאַרף אַװעק; װאָרעם זײ זײַנען געװאָרן הײליק. די פֿײַערפֿאַנען פֿון די דאָזיקע, װאָס האָבן פֿאַרזינדיקט זײערע נפֿשות, פֿון זײ זאָל מען מאַכן אױסגעשלאָגענע בלעכן, אַן איבערצוג צום מזבח, װאָרעם מע האָט זײ געבראַכט פֿאַר ה׳, און זײ זײַנען געװאָרן הײליק; און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אַ צײכן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. האָט אֶלעָזָר דער כּהן גענומען די קופּערנע פֿײַערפֿאַנען, װאָס די פֿאַרברענטע האָבן געבראַכט, און מע האָט זײ אױסגעשלאָגן פֿאַר אַן איבערצוג צום מזבח, אַ דערמאָנונג צי די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, כּדי אַ פֿרעמדער מענטש, װאָס איז נישט פֿון דעם זאָמען פֿון אַהרֹן, זאָל נישט גענענען צו רײכערן װײַרעך פֿאַר ה׳, אַז ער זאָל נישט װערן אַזױ װי קֹרַח און אַזױ װי זײַן געזעמל; אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט צו אים דורך משהן.
און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָט אױף מאָרגן געמורמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: איר האָט געטײט דאָס פֿאָלק פֿון ה׳. און עס איז געװען, אַז די עדה האָט זיך אײַנגעזאַמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען, אַזױ האָבן זײ זיך אומגעקערט צום אוֹהל-מוֹעד, ערשט אַ װאָלקן האָט אים צוגעדעקט, און די פּראַכט פֿון ה׳ האָט זיך באַװיזן. און משה און אַהרֹן זײַנען צוגעגאַנגען פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד, און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: שײדט אײַך אָפּ פֿון צװישן דער דאָזיקער עדה, און איך װעל זײ פֿאַרלענדן אין אַ רגע. זײַנען זײ געפֿאַלן אױף זײער פּנים. און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: נעם די פֿײַערפֿאַן, און לײג אױף איר אַרױף פֿײַער פֿון מזבח, און טו אַרױף װײַרעך, און טראָג אױף גיך צו דער עדה, און זײַ מכַפּר אױף זײ, װאָרעם אַ צאָרן איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר ה׳; די מגפֿה האָט זיך אָנגעהױבן.
און עס איז געװען, װי דאָס פֿאָלק האָט געצױגן פֿון זײערע געצעלטן אַריבערצוגײן דעם יַרדן, מיט די כּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון ברית, פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק, און װי די טרעגער פֿון אָרון זײַנען געקומען ביזן יַרדן, און די פֿיס פֿון די כּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון, האָבן זיך אײַנגעטונקט אין ברעג װאַסער – װאָרעם דער יַרדן איז פֿול איבער אַלע זײַנע ברעגן אַלע טעג פֿון שניט – אַזױ האָבן די װאַסערן, װאָס נידערן אַראָפּ פֿון אױבן, זיך אָפּגעשטעלט; זײ זײַנען געבליבן שטײן אין אײן הױפֿן, זײער װײַט פֿון דער שטאָט אָדָם װאָס לעבן צָרתָן; און די װאָס נידערן אַראָפּ צו דעם ים פֿון פּלױן, דעם יַם-הַמֶלַח, זײַנען אין גאַנצן פֿאַרשניטן געװאָרן; און דאָס פֿאָלק איז אַריבערגעגאַנגען אַקעגן יריחוֹ. און די כּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית, זײַנען געשטאַנען פֿעסט אױף טריקעניש אין מיטן יַרדן; און גאַנץ יִשׂרָאֵל זײַנען אַריבערגעגאַנגען אױף טריקעניש, ביז דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענדיקט אַריבערגײן דעם יַרדן.
און עס איז געװען, אַז די כּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית, זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון מיטן יַרדן, װי די פֿוסטריט פֿון די כּהנים האָבן זיך אױפֿגעהױבן אױף דער יבשה, אַזױ האָבן די װאַסערן פֿון יַרדן זיך אומגעקערט אױף זײער אָרט, און זײַנען געגאַנגען איבער אַלע זײַנע ברעגן אַזױ װי נעכטן-אײערנעכטן.
און יריחוֹ איז געװען פֿאַרשפּאַרט און פֿאַרשלאָסן פֿון װעגן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; נישט אַרױס און נישט אַרײַן.
האָט ה׳ געזאָגט צו יְהוֹשועַן: זע, איך האָב געגעבן אין דײַן האַנט יריחוֹ און איר מלך, און די שטאַרקע גיבוֹרים. זאָלט איר, אַלע מלחמה-לײַט, אַרומגײן די שטאָט רונד אַרום אײן מאָל. אַזױ זאָלסטו טאָן זעקס טעג. און זיבן כּהנים זאָלן טראָגן זיבן שוֹפֿרות פֿון װידערס פֿאַר דעם אָרון; און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָלט איר אַרומגײן די שטאָט זיבן מאָל; און די כּהנים זאָלן בלאָזן אין די שוֹפֿרות. און עס װעט זײַן, װען מע גיט אַן אױסגעצױגענעם בלאָז מיטן האָרן פֿון װידער, װי איר הערט דעם קֹול פֿון שופֿר, זאָל דאָס גאַנצע פֿאָלק אױפֿהײבן אַ גרױסע שרײען, און די מױער פֿון דער שטאָט װעט אײַנפֿאַלן אונטער זיך, און דאָס פֿאָלק װעט אַרױפֿגײן איטלעכער גלײך אַרױף.
האָט יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון גערופֿן די כּהנים, און ער האָט צו זײ געזאָגט: טראָגט דעם אָרון פֿון ברית, און זיבן כּהנים זאָלן טראָגן זיבן שוֹפֿרות פֿון װידערס פֿאַר דעם אָרון פֿון ה׳. און ער האָט געזאָגט צום פֿאָלק: ציט, און גײט אַרום די שטאָט, און די באַװאָפֿנטע זאָלן ציען פֿאַר דעם אָרון פֿון ה׳.
האָט דאָס פֿאָלק אױפֿהײבן אַ גרױסע שרײען, און מע האָט געבלאָזן אין די שוֹפֿרות. און עס איז געװען, װי דאָס פֿאָלק האָט געהערט דעם קֹול פֿון שופֿר, אַזױ האָט דאָס פֿאָלק אױפֿהײבן אַ גרױסע שרײען, און די מױער איז אײַנגעפֿאַלן אונטער זיך, און דאָס פֿאָלק איז אַרױפֿגעגאַנגען אין שטאָט איטלעכער גלײך אַרױף; און זײ האָבן באַצװוּנגען די שטאָט.
און די פּלִשתּים האָבן זיך אַרױסגעשטעלט אַקעגן יִשׂרָאֵל, און די מלחמה האָט זיך פֿאַרשפּרײט, און יִשׂרָאֵל איז געשלאָגן געװאָרן פֿאַר די פּלִשתּים; און זײ האָבן געטײט אין דער שלאַכט אױפֿן פֿעלד אַרום פֿיר טױזנט מאַן. און אַז דאָס פֿאָלק איז צוריקגעקומען אין לאַגער, האָבן די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט: פֿאַר װאָס האָט אונדז הײַנט ה׳ געשלאָגן פֿאַר די פּלִשתּים? לאָמיר אַריבערנעמען צו אונדז פֿון שילוֹ דעם אָרון פֿון ג-טס ברית, כּדי ער זאָל קומען צװישן אונדז, און אונדז העלפֿן פֿון דער האַנט פֿון אונדזערע פֿײַנט.
האָט דאָס פֿאָלק געשיקט קײן שילוֹ, און זײ האָבן אַריבערגעטראָגן פֿון דאָרטן דעם אָרון פֿון דעם ברית פֿון ה׳ צבָֿאוֹת װאָס זיצט איבער די כּרובֿים; און דאָרטן זײַנען געװען עליס צװײ זין בײַ דעם אָרון פֿון ג-טס ברית, חפֿני און פּינְחס. און עס איז געװען, װי דער אָרון פֿון ה׳ס ברית איז אָנגעקומען אין לאַגער, אַזױ האָבן גאַנץ יִשׂרָאֵל געשאַלט אַ גרױסע שאַלונג, אַז די ערד איז פֿאַרהילכט געװאָרן. און די פּלִשתּים האָבן געהערט דעם קֹול פֿון דער שאַלונג, און זײ האָבן געזאָגט: װאָס איז דער קֹול פֿון דער דאָזיקער גרױסער שאַלונג אין לאַגער פֿון די עִבֿרים? און זײ זײַנען געװאָר געװאָרן אַז דער אָרון פֿון ה׳ איז אָנגעקומען אין לאַגער. און די פּלִשתּים האָבן מורא געקראָגן, װאָרעם זײ האָבן געזאָגט: אלֹקים איז געקומען אין לאַגער. און זײ האָבן געזאָגט: װײ אונדז! װאָרעם אַזױ-װאָס איז נישט געשען נעכטן-אײערנעכטן. װײ אונדז! װער װעט אונדז מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון די דאָזיקע מאַכטיקע ג-טער? דאָס זײַנען דאָך די ג-טער װאָס האָבן געשלאָגן די מִצרַיִם מיט אַלערלײ שלעק אין מדבר. שטאַרקט אײַך, און זײַט מענער, איר פּלִשתּים, כּדי איר זאָלט נישט דינען די עִבֿרים, אַזױ װי זײ האָבן אײַך געדינט; דערום זײַט מענער, און איר זאָלט מלחמה האַלטן.
און די פּלִשתּים האָבן מלחמה געהאַלטן, און יִשׂרָאֵל איז געשלאָגן געװאָרן, און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן איטלעכער צו זײַנע געצעלטן. און עס איז געװען זײער אַ גרױסער שלאַק, און עס זײַנען געפֿאַלן פֿון יִשׂרָאֵל דרײַסיק טױזנט פֿוסגײער. און דער אָרון פֿון אלֹקים איז צוגענומען געװאָרן, און עליס צװײ זין זײַנען געטײט געװאָרן, חפֿני און פּינְחס.
און די האַנט פֿון ה׳ איז געװען שװער אױף די אַשדוֹדער און ער האָט זײ פֿאַרװיסט, און האָט זײ געפּלאָגט מיט בלאָטערן – אַשדוֹד מיט אירע געמאַרקן. און װי די אַשדוֹדער האָבן געזען אַז עס האַלט אַזױ, האָבן זײ געזאָגט: דער אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל טאָר נישט בלײַבן בײַ אונדז, װאָרעם זײַן האַנט איז האַרט אױף אונדז און אױף דָגוֹן אלוקינו.
און זײ האָבן געשיקט און האָבן אײַנגעזאַמלט צו זיך אַלע פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים, און זײ האָבן געזאָגט: װאָס זאָלן מיר טאָן מיט דעם אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל? האָבן יענע געזאָגט קײן גַת זאָל אַריבערגײן דער אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל. און זײ האָבן אַריבערגעטראָגן דעם אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל.
און עס איז געװען, נאָך דעם װי זײ האָבן אים אַריבערגעטראָגן, איז די האַנט פֿון ה׳ געװען אין דער שטאָט מיט זײער אַ גרױסער מהומה, און ער האָט געפּלאָגט די מענטשן פֿון דער שטאָט פֿון קלײן ביז גרױס, און עס האָבן אױסגעבראָכן בײַ זײ בלאָטערן. האָבן זײ אַװעקגעשיקט דעם אָרון פֿון האלֹקים קײן עֶקרוֹן.
און עס איז געװען, װי דער אָרון פֿון האלֹקים איז אָנגעקומען קײן עֶקרוֹן, האָבן די עֶקרוֹנער געשריִען, אַזױ צו זאָגן: מע האָט אַריבערגעבראַכט צו מיר דעם אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל, צו טײטן מיך און מײַן פֿאָלק. און זײ האָבן געשיקט און האָבן אײַנגעזאַמלט אַלע פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים, און זײ האָבן געזאָגט: שיקט אַװעק דעם אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל, און זאָל ער זיך אומקערן צו זײַן אָרט, כּדי ער זאָל נישט טײטן מיך און מײַן פֿאָלק. װאָרעם אַ טױט-מהומה איז געװען אין דער גאַנצן שטאָט; די האַנט פֿון ה׳ איז דאָרטן געװען זײער שװער.
און דער אָרון פֿון ה׳ איז אָפּגעװען אין פֿעלד פֿון די פּלִשתּים זיבן חדשים. האָבן די פּלִשתּים גערופֿן די פּריסטער און די װאָרזאָגער, אַזױ צו זאָגן: װאָס זאָלן מיר טאָן מיט דעם אָרון פֿון ה׳? מאַכט אונדז װיסן מיט װאָס מיר זאָלן אים אָפּשיקן צו זײַן אָרט. האָבן זײ געזאָגט: אַז איר שיקט אָפּ דעם אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל, זאָלט איר אים נישט אָפּשיקן מיט לײדיקן; נײַערט אָפּצאָלן זאָלט איר אים אָפּצאָלן אַ שולדאָפּפֿער; דענצמאָל װעט איר געהײלט װערן, און אײַך װעט באַװוּסט װערן פֿאַר װאָס זײַן האַנט האָט זיך נישט אָפּגעטאָן פֿון אײַך.
האָבן די מענטשן אַזױ געטאָן; און זײ האָבן גענומען צװײ געקעלבטע קי, און זײ אײַנגעשפּאַנט אין אַ װאָגן און זײערע קעלבער האָבן זײ פֿאַרשפּאַרט אין דער הײם. און זײ האָבן אַרױפֿגעטאָן אױפֿן װאָגן דעם אָרון פֿון ה׳, און דעם קאַסטן מיט די גילדערנע מײַז און די געשטאַלטן פֿון זײערע בלאָטערן. און די קי האָבן זיך פֿאַרנומען גלײַך מיטן װעג, אױפֿן װעג פֿון בֵית-שֶמֶש; אױף אײן שליאַך זײַנען זײ געגאַנגען, געגאַנגען און געמוּעט, און זײ האָבן זיך נישט אָפּגעקערט רעכטס אָדער לינקס. און די פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים זײַנען געגאַנגען הינטער זײ ביז דעם געמאַרק פֿון בֵית-שֶמֶש.
און די בֵית-שֶמֶשער האָבן געשניטן דעם שניט פֿון װײץ אין טאָל, און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײערע אױגן, און האָבן דערזען דעם אָרון, און האָבן זיך דערפֿרײט אים צו זען. און דער װאָגן איז צוגעקומען צו דעם פֿעלד פֿון יְהוֹשועַ דעם בֵית-שֶמֶשער, און האָט זיך דאָרטן אָפּגעשטעלט. און דאָרטן איז געװען אַ גרױסער שטײן, האָבן זײ צעהאַקט דאָס האָלץ פֿון װאָגן, און די קי האָבן זײ אױפֿגעבראַכט אַ בראַנדאָפּפֿער צו ה׳. און די לוִיִים האָבן אַראָפּגענומען דעם אָרון פֿון ה׳ און דעם קאַסטן װאָס מיט אים, װאָס דרינען זײַנען געװען די גילדערנע זאַכן, און אַרױפֿגעטאָן אױף דעם גרױסן שטײן. און די מענטשן פֿון בֵית-שֶמֶש האָבן אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און געשלאַכט שלאַכטאָפּפֿער אין יענעם טאָג צו ה׳.
און די מענטשן פֿון קִריַת-יְעָרים זײַנען געקומען, און האָבן אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון ה׳, און אים געבראַכט אין הױז פֿון אַבֿינָדָבֿן אױפֿן בערגל; און אֶלעָזָר זײַן זון האָבן זײ געהײליקט צו היטן דעם אָרון פֿון ה׳.
און עס איז געװען: פֿון זינט דעם טאָג װאָס דער אָרון איז פֿאַרבליבן אין קִריַת-יְעָרים האָבן זיך געמערט די טעג. און עס זײַנען געװאָרן צװאַנציק יאָר; און דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָט געבענקט נאָך ה׳.
איז דערצײלט געװאָרן דעם מלך דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: ה׳ האָט געבענטשט דאָס הױז פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען און אַלץ װאָס געהערט צו אים, פֿון װעגן דעם אָרון פֿון האלֹקים. איז דָוִד געגאַנגען, און האָט אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון האלֹקים פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמס הױז אין דָוִדס-שטאָט, מיט אַ שׂימחה. און עס איז געװען, װי די טרעגערס פֿון דעם אָרון פֿון ה׳ זײַנען אָפּגעגאַנגען זעקס טריט, אַזױ האָט ער געשלאַכט אַן אָקס און אַ געשטאָפּט רינד. און דָוִד האָט געטאַנצט מיטן גאַנצן כּוֹח פֿאַר ה׳; און דָוִד איז געװען אָנגעגורט אין אַ לײַנענעם אֵפֿוֹד. און דָוִד און דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל, האָבן אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון ה׳ מיט שאַלונג און מיט אַ קֹול פֿון שופֿר.
דענצמאָל האָט שלמה אײַנגעזאַמלט די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, און אַלע הױפּטלײַט פֿון די שבֿטים, די פֿירשטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, צו מלך שלמה קײן ירושָלַיִם, כּדי אַרױפֿצוברענגען דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית פֿון דָוִדס-שטאָט, דאָס איז צִיוֹן. און אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט צום מלך שלמה אױף יוֹם-טובֿ, אין מאָנאַט אֵתָנים, דאָס איז דער זיבעטער חודש. און אַלע עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געקומען, און די כּהנים האָבן געטראָגן דעם אָרון. זײ האָבן אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון ה׳, און דעם אוֹהל-מוֹעד, און אַלע הײליקע כּלים װאָס אין געצעלט – די כּהנים און די לוִיִים האָבן זײ אַרױפֿגעבראַכט. און דער מלך שלמה און מיט אים די גאַנצע עדה פֿון יִשׂרָאֵל װאָס איז זיך צונױפֿגעקומען בײַ אים, זײַנען געװען פֿאַר דעם אָרון, שלאַכטנדיק שאָף און רינדער, װאָס האָבן נישט געקענט געצײלט װערן און נישט באַטראַכט װערן פֿון פֿילקײט. און די כּהנים האָבן אַרײַנגעבראַכט דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית אױף זײַן אָרט, אין דעם דבֿיר פֿון הױז, אין קדשֵי-קָדשים, אונטער די פֿליגלען פֿון די כּרובֿים. װאָרעם די כּרובֿים האָבן אױסגעשפּרײט די פֿליגלען איבער דעם אָרט פֿון אָרון, און די כּרובֿים האָבן געשירעמט איבער דעם אָרון און איבער זײַנע שטאַנגען פֿון אױבן. און די שטאַנגען זײַנען געװען אַזױ לאַנג אַז די שפּיצן פֿון די שטאַנגען זײַנען געזען געװאָרן פֿון הײליקטום פֿאַרן דבֿיר, אָבער זײ זײַנען נישט געזען געװאָרן װײַטער אַרױס. און זײ זײַנען דאָרטן געבליבן ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
גאָרנישט איז אין אָרון געװען, נאָר די צװײ שטײנערנע לוחות װאָס משה האָט אַהין אַרײַנגעלײגט אין חוֹרֵבֿ, בעת ה׳ האָט געשלאָסן אַ בונד מיט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װען זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם.
און עס איז געװען, װי די כּהנים זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון הײליקטום, אַזױ האָט אַ װאָלקן אָנגעפֿילט דאָס הױז פֿון ה׳. און די כּהנים האָבן נישט געקענט זיך שטעלן טאָן דעם דינסט פֿון װעגן דעם װאָלקן, װאָרעם די פּראַכט פֿון ה׳ האָט אָנגעפֿילט דאָס הױז פֿון ה׳.
קערט אײַך אום, קינדער אָפּקערער,
זאָגט ה׳,
װאָרעם איך האָב חתונה געהאַט מיט אײַך,
און איך װעל אײַך נעמען אײנעם פֿון אַ שטאָט,
און צװײ פֿון אַ משפּחה,
און װעל אײַך ברענגען קײן צִיוֹן.
און איך װעל אײַך געבן פּאַסטוכער נאָך מײַן האַרצן, און זײ װעלן אײַך פֿיטערן מיט קענשאַפֿט און מיט פֿאַרשטאַנדיקײט. און עס װעט זײַן, אַז איר װעט זיך מערן און פֿרוכפּערן אין לאַנד, אין יענע טעג, זאָגט ה׳, װעט מען מער נישט זאָגן: דער אָרון פֿון ה׳ס ברית; און ער װעט אױפֿן זינען נישט אַרױף, און מע װעט אים נישט דערמאָנען און נישט דאַכטן; און ער װעט מער נישט געמאַכט װערן.