Bom dia
Cada manhã é presente de Deus. As misericórdias do Senhor se renovam cada dia. A Bíblia convida a começar o dia com louvor, oração e gratidão ao Criador.
Manhã com Deus
De manhã te apresentarei a minha oração. Pela manhã ouvirás a minha voz — eu te busco ao despertar.
האָרך צום קֹול פֿון מײַן געשרײ, מײַן קיניג און מײַן ג-ט,
װאָרעם צו דיר טו איך בעטן.
װעלן באַקאַנט װערן אין דער פֿינצטערניש דײַנע װוּנדער?
און דײַן גערעכטיקײט אין לאַנד פֿון פֿאַרגעסונג?
פֿעסט איז מײַן האַרץ, אלֹקים, פֿעסט איז מײַן האַרץ,
איך װעל זינגען און שפּילן.
זײ װאַנדערן אַרום צו פֿאַרצערן,
און בלײַבן אַ גאַנצע נאַכט ביז זײ װערן נישט זאַט.
זײ װאַנדערן אַרום צו פֿאַרצערן,
און בלײַבן אַ גאַנצע נאַכט ביז זײ װערן נישט זאַט.
אָבער איך װעל באַזינגען דײַן שטאַרקײט,
און װעל שאַלן פֿרימאָרגנס דײַן חֶסֶד.
װאָרעם דו ביסט מיר געװען אַ פֿעסטונג,
און אַן אַנטרינונג אין טאָג פֿון מײַן נױט.
לאָז מיך הערן אין פֿרימאָרגן דײַן חֶסֶד,
װאָרעם אױף דיר האָב איך מיך פֿאַרזיכערט.
לאָז מיך װיסן דעם װעג װאָס איך זאָל גײן,
װאָרעם צו דיר האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן זעל.
איך אָבער װעל זען דײַן פּנים אין גערעכטיקײט,
איך װעל מיך זעטן אױפֿן װאַכן אין דײַן געשטאַלט.
Misericórdias renovadas
As misericórdias do Senhor se renovam cada manhã. Este é o dia que o Senhor fez — alegremo-nos e nos regozijemos nele.
אַז די חסָדים פֿון ה׳ זײַנען נישט אױסגעגאַנגען,
אַז נישט געענדיקט האָט זיך זײַן רחמנות;
זײ זײַנען נײַ אַלע פֿרימאָרגן;
גרױס איז דײַן טרײַשאַפֿט.
ה׳ איז מײַן חלק, זאָגט מײַן זעל,
דערום האָף איך צו אים.
אַז די חסָדים פֿון ה׳ זײַנען נישט אױסגעגאַנגען,
אַז נישט געענדיקט האָט זיך זײַן רחמנות;
זײ זײַנען נײַ אַלע פֿרימאָרגן;
גרױס איז דײַן טרײַשאַפֿט.
דאָס איז דער טאָג װאָס ה׳ האָט געמאַכט,
לאָמיר לוסטיק זײַן און זיך פֿרײען אין אים.
ה׳, האָסט אַרױפֿגעבראַכט פֿון שְׁאֹול מײַן זעל,
האָסט מיך אױפֿגעלעבט, איך זאָל נישט נידערן אין גרוב.
זינגט צו ה׳, זײַנע פֿרומע,
און דאַנקט זײַן הײליקער געדעכעניש.
זינגט צו ה׳, זײַנע פֿרומע,
און דאַנקט זײַן הײליקער געדעכעניש.
דער װאָס שטילט אײַן די ברומונג פֿון די ימען,
די ברומונג פֿון זײערע אינדן, און דעם טומל פֿון די פֿעלקער,
זעטיק אונדז אין פֿרימאָרגן מיט דײַן חֶסֶד,
כּדי מיר זאָלן זינגען און זײַן פֿרײלעך אין אַלע אונדזערע טעג.
Louvor matinal
Saciai-nos de manhã com a tua benignidade. Todo dia te louvarei e celebrarei o teu nome para sempre.
אַ לױבונג פֿון דָוִדן.
איך װעל דיך דערהײבן, מײַן ג-ט דער קיניג,
און בענטשן דײַן נאָמען אײביק און שטענדיק.
אַלע טאָג װעל איך דיך בענטשן,
און רימען דײַן נאָמען אײביק און שטענדיק.
אַ מיזמור; אַ געזאַנג פֿאַר דעם טאָג פֿון שבת.
גוט איז צו לױבן ה׳,
און זינגען צו דײַן נאָמען, דו עליון;
זינגט צו ה׳ אַ נײַ געזאַנג,
זינגט צו ה׳, די גאַנצע ערד.
זינגט צו ה׳, בענטשט זײַן נאָמען,
זײט מבֿשׂר פֿון טאָג צו טאָג זײַן ישועה.
דערצײלט צװישן די פֿעלקער זײַן כּבֿוד,
צװישן אַלע אומות זײַנע װוּנדער.
װי ליב איך האָב דײַן תּורה!
אַ גאַנצן טאָג איז זי מײַן טראַכטונג.
תּהום צו תּהום טוט רופֿן
אין דעם קֹול פֿון דײַנע װאַסערפֿאַלן;
אַלע דײַנע אינדן און דײַנע װעלן
זײַנען אַריבער אױף מיר.
ה׳ לײַטזעליק אונדז,
צו דיר האָבן מיר געהאָפֿט;
זײַ זײער אָרעם אַלע פֿרימאָרגן,
און אונדזער הילף אין צײַט פֿון נױט.
אֲדֹנָי ה׳ האָט מיר געגעבן
אַ צונג פֿון געלערנטע,
צו װיסן צו העלפֿן דעם מידן מיט אַ װאָרט;
ער װעקט פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן,
ער װעקט מיר דאָס אױער,
צו הערן אַזױ װי די געלערנטע.
Graça para o novo dia
O Senhor te abençoe e te guarde. Cada novo dia é oportunidade de viver sob a graça do Deus que nos ama.
ה׳ זאָל דיך בענטשן, און דיך היטן!
ה׳ זאָל דערלײַכטן זײַן פּנים צו דיר, און דיך לײַטזעליקן!
ה׳ זאָל אױפֿהײבן זײַן פּנים צו דיר, און דיר באַשערן שלום!
אין פֿרימאָרגן זײ דײַן זאָמען, און אין אָװנט זאָלסטו נישט אָפּלאָזן דײַן האַנט, װאָרעם דו װײסט נישט װאָסער װעט געראָטן, דאָס אָדער יענס, אָדער בײדע באַגלײַך װעלן זײַן גוט.
און זי שטײט אױף װען נאָך נאַכט,
און גרײט צו שפּײַז פֿאַר איר הױזגעזינט,
און די אױסקומעניש פֿאַר אירע דינסטמײדלעך.
זאָלסט נישט ליב האָבן שלאָף, כּדי זאָלסט נישט פֿאַראָרימט װערן,
האַלט דײַנע אױגן אָפֿן, װעסטו האָבן ברױט צו זאַט.
און אלֹקים האָט געזען דאָס ליכט אַז עס איז גוט; און אלֹקים האָט פֿונאַנדערגעשײדט צװישן דעם ליכט און צװישן דער פֿינצטערניש. און אלֹקים האָט גערופֿן דאָס ליכט טאָג, און די פֿינצטערניש האָט ער גערופֿן נאַכט. און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, אײן טאָג.