1 אַ געזאַנג; אַ מיזמור פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף מַחלַת לעַנות; אַ באַטראַכטונג פֿון הֵימָן דעם אֶזרָחי.
2 ה׳ דו אלֹקים פֿון מײַן הילף,
בעת איך שרײַ בײַ נאַכט פֿאַר דיר,
3 זאָל קומען מײַן תּפֿילה פֿאַר דיר;
נײַג דײַן אױער צו מײַן רוף.
4 װאָרעם זאַט מיט אומגליקן איז מײַן זעל,
און מײַן לעבן האָט צו דער שְׁאֹול דערגרײכט.
5 איך װער גערעכנט מיט גענידערטע אין גרוב,
איך בין געװאָרן װי אַ מענטש אָן כּוֹח,
6 אַן אָפּגעזונדערטער צװישן מתים;
װי דערשלאָגענע װאָס ליגן אין קבֿר,
װאָס דו דערמאָנסט זײ נישט מער,
און זײ זײַנען פֿון דײַן האַנט אָפּגעשניטן.
7 האָסט מיך אַרײַנגעטאָן אין דער אונטערשטער גרוב.
אין פֿינצטערנישן, אין טיפֿענישן.
8 אױף מיר האָט זיך אָנגעלײגט דײַן גרימצאָרן,
און אַלע דײַנע אינדן דריקסטו אױף מיר.
סֶלָה.
9 האָסט דערװײַטערט מײַנע באַקענטע פֿון מיר,
האָסט מיך געמאַכט אַן אומװערדיקײט בײַ זײ;
איך בין אײַנגעשפּאַרט און קען נישט אַרױסגײן.
10 מײַן אױג שמאַכט פֿון פּײַן;
איך האָב דיך גערופֿן, ה׳, אַלע טאָג,
איך האָב אױסגעשפּרײט צו דיר מײַנע הענט.
11 װעסטו פֿאַר מתים טאָן װוּנדער?
צי די טױטע װעלן אױפֿשטײן דיך לױבן?
סֶלָה.
12 װעט דערצײלט װערן אין קבֿר דײַן חֶסֶד?
דײַן טרײַשאַפֿט אין אונטערגאַנג?
13 װעלן באַקאַנט װערן אין דער פֿינצטערניש דײַנע װוּנדער?
און דײַן גערעכטיקײט אין לאַנד פֿון פֿאַרגעסונג?
14 אָבער איך, צו דיר, ה׳, שרײַ איך,
און אין פֿרימאָרגן קומט פֿאַר דיר מײַן תּפֿילה.
15 פֿאַר װאָס פֿאַרלאָזסטו, ה׳, מײַן זעל?
פֿאַרבאָרגסטו דײַן פּנים פֿון מיר?
16 איך בין געדריקט און גײ אײַן פֿון יוגנט אָן,
איך טראָג דײַן אימה, איך בין צעדולט.
17 איבער מיר איז דײַן גרימצאָרן אַריבער,
דײַנע שרעקענישן האָבן מיך פֿאַרשניטן.
18 זײ האָבן מיך אַרומגערינגלט װי אַ װאַסער אַ גאַנצן טאָג,
זײ האָבן אין אײנעם מיך אַרומגענומען.
19 האָסט דערװײַטערט פֿון מיר אַ גוטן פֿרײַנט און אַ חבֿר,
מײַן באַקענטשאַפֿט איז די פֿינצטערניש.