Compreensão
A verdadeira compreensão vem de Deus. Os caminhos do Senhor são mais altos que os nossos. Mas Ele nos convida a buscar entendimento — e promete iluminar quem o busca de coração.
A sabedoria de Deus
Os meus pensamentos não são os vossos pensamentos. A incompreensibilidade de Deus nos leva à humildade e adoração.
װאָרעם װי דער הימל איז העכער פֿון דער ערד,
אַזױ זײַנען מײַנע װעגן העכער פֿון אײַערע װעגן,
און מײַנע טראַכטונגען פֿון אײַערע טראַכטונגען.
װײ, דער װאָס קריגט זיך מיט זײַן באַשעפֿער –
אַ שערבל צװישן שערבלעך פֿון דער ערד!
װעט דען זאָגן דער לײם צו זײַן פֿורעמער: װאָס טוסטו?
אָדער: דײַן אַרבעט איז אָן הענט?
װײסטו דען נישט?
צי האָסטו נישט געהערט?
ה׳ איז דער אײביקער אלֹקים,
דער באַשעפֿער פֿון די עקן פֿון דער ערד.
ער װערט נישט מיד און נישט מאַט;
נישט צו דערפֿאָרשן איז זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט.
גרױס איז ה׳ און זײער גערימט,
און זײַן גרױסקײט איז נישט צו דערפֿאָרשן.
אײדער די בערג זײַנען געבאָרן געװאָרן,
און דו האָסט באַשאַפֿן די ערד און די װעלט,
און פֿון אײביקײט ביז אײביקײט,
ביסט דו אֵל.
װאָרעם טױזנט יאָר איז אין דײַנע אױגן
װי דער נעכטיקער טאָג, װען ער איז פֿאַרגאַנגען,
און װי אַ װאַך אין דער נאַכט.
Buscar entendimento
Clama a mim e responder-te-ei. A sabedoria é a coisa principal — busque o entendimento com todo o coração.
רוף מיך, און איך װעל דיר ענטפֿערן, און איך װעל דיר דערצײלן גרױסע זאַכן, און פֿאַרבאָרגענע װאָס דו װײסט נישט.
דער אָנהײב פֿון חכמה איז: קױף חכמה,
יאָ, מיט דײַן גאַנצן אײגנס קױף פֿאַרשטאַנדיקײט.
דער װאָס איז אײַנגעהאַלטן אין צאָרן,
האָט גרױס פֿאַרשטאַנדיקײט,
און דער װאָס האָט אַ קורץ געמיט,
קלײַבט אױף נאַרישקײט.
פֿיל מחשבֿות זײַנען אין מענטשנס האַרצן,
אָבער ה׳ס באַראָט, ער װעט באַשטײן.
יעטװעדער װעג פֿון מענטשן איז גלײַך אין זײַנע אױגן,
אָבער ה׳ פֿאָרשט די הערצער.
Iluminação divina
A entrada da tua Palavra dá luz e entendimento. Deus revela verdades ocultas e transforma nossa visão da realidade.
די אַנטפּלעקונג פֿון דײַנע װערטער מאַכט ליכטיק,
זי מאַכט פֿאַרשטאַנדיק דעם נאַרן.
איך װעל דיך קלוג מאַכן
און דיר װײַזן דעם װעג װאָס דו זאָלסט גײן,
איך װעל האַלטן מײַן אױג אױף דיר.
אַזױ װי דו װײסט נישט װאָס איז דער װעג פֿון דעם װינט, אָדער װי עס װערן בײנער אין לײַב פֿון אַ טראָגעדיקער, אַזױ װײסטו נישט די טוּונג פֿון אלֹקים װאָס טוט אַלצדינג.