Pular para o conteúdo
Publicidade

Confiança

Por Bíblia Online

A confiança em Deus é âncora da alma em tempos de tempestade. Quem confia no Senhor não será abalado — porque o Deus fiel sustenta, protege e guia os que nele esperam.

Confiança inabalável

Tudo posso naquele que me fortalece. O meu Deus suprirá toda necessidade. Quem confia não será confundido.

דו װאָס זיצסט אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון עליון,

װאָס אין שאָטן פֿון שַדַי װײַלסטו,

איך זאָג אױף ה׳, מײַן באַשיצונג און מײַן פֿעסטונג

מײַן ג-ט װאָס איך פֿאַרזיכער זיך אױף אים,

נאָר ער איז מײַן פֿעלדז און מײַן הילף,

מײַן פֿעסטונג, איך זאָל זיך נישט אױסגליטשן.

אײַנשלינגען װילן מיך מײַנע לױערער אַ גאַנצן טאָג,

יאָ פֿיל, דו העכסטער, שטרײַטן אױף מיר.

דעם טאָג װאָס איך האָב מורא

פֿאַרזיכער איך מיך אױף דיר.

Fundamento de confiança

Deus não é homem para que minta. Todas as suas promessas são firmes. Confiar em Deus é segurança absoluta.

נישט אַ מאַן איז אֵל, ער זאָל ליגן זאָגן,

נישט אַ מענטשנקינד, ער זאָל חרטה האָבן.

אַז ער זאָגט, װעט ער דען נישט טאָן?

און אַז ער רעדט, װעט ער עס נישט מקײם זײַן?

פֿאַרזיכער זיך אױף ה׳ מיט דײַן גאַנצן האַרצן,

און אױף דײַן פֿאַרשטאַנדיקײט זאָלסטו זיך נישט אָנלענען.

אין אַלע דײַנע װעגן טו אים קענען,

און ער װעט גלײַך מאַכן דײַנע שטעגן.

פֿאַרזיכער זיך אױף ה׳ מיט דײַן גאַנצן האַרצן,

און אױף דײַן פֿאַרשטאַנדיקײט זאָלסטו זיך נישט אָנלענען.

אין אַלע דײַנע װעגן טו אים קענען,

און ער װעט גלײַך מאַכן דײַנע שטעגן.

לײג אַרױף דײַנע טוּונגען אױף ה׳,

און דײַנע מחשבֿות װעלן צו שטאַנד קומען.

דער װאָס אַכט אױף דעם װאָרט, װעט געפֿינען גוטס,

און דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳, אַז װױל איז צו אים!

מורא פֿאַר אַ מענטשן לײגט אַ שטרױכלונג,

אָבער דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳, װערט באַשיצט.

Confiar em todas as coisas

Não pertenço ao mundo — minha cidadania é do céu. A confiança cristã repousa na fidelidade de Deus, não nas circunstâncias.

געבענטשט דער מאַן װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳,

און ה׳ איז זײַן פֿאַרזיכערונג!

װאָרעם ער װעט זײַן װי אַ בױם געפֿלאַנצט בײַ װאַסער,

װאָס בײַ אַ באַך לאָזט ער אַרױס זײַנע װאָרצלען,

און ער מערקט נישט װען עס קומט אַ היץ,

און זײַן בלאַט איז גרין,

און אין אַ יאָר פֿון טריקעניש דאגהט ער נישט,

און ער װעט נישט אױפֿהערן צו טראָגן פֿרוכט.

אַז דו װעסט גײן דורך װאַסער, בין איך מיט דיר,

און אַז דורך טײַכן, װעלן זײ דיך נישט פֿאַרפֿלײצן;

און דו װעסט גײן דורך פֿײַער, װעסטו נישט אָנגעברענט װערן,

און קײן פֿלאַם װעט דיך נישט אָנצינדן.

Esperar com confiança

O Senhor está perto de todos os que o invocam. Na espera confiante encontramos descanso e direção divina.

ה׳ איז נאָנט צו אַלע װאָס רופֿן אים,

צו אַלע װאָס רופֿן אים מיט אמת.

לאָז מיך הערן אין פֿרימאָרגן דײַן חֶסֶד,

װאָרעם אױף דיר האָב איך מיך פֿאַרזיכערט.

לאָז מיך װיסן דעם װעג װאָס איך זאָל גײן,

װאָרעם צו דיר האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן זעל.

נישט לאָזן װעט ער זיך אױסגליטשן דײַן פֿוס;

נישט שלומערן װעט דײַן היטער.

פֿאַרזיכער זיך אױף ה׳, און טו גוטס,

זיץ רויִק אין לאַנד, און היט אָפּ װאָרהאַפֿטיקײט,

זאָלן שטום װערן די ליפּן פֿון ליגן,

װאָס רעדן אױפֿן צדיק פֿאַרשײַט,

מיט גאװה און פֿאַראַכטעניש.

װעמען נאָך האָב איך אין הימל?

און צו דיר באַגער איך נישט קײנעם אױף דער ערד.

Seja o primeiro