1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
איך הײב אױף מײַנע אױגן צו די בערג:
פֿון װאַנען װעט קומען מײַן הילף?
2 מײַן הילף איז פֿון ה׳,
דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.
3 נישט לאָזן װעט ער זיך אױסגליטשן דײַן פֿוס;
נישט שלומערן װעט דײַן היטער.
4 זע, עס שלומערט נישט און שלאָפֿט נישט
דער היטער פֿון יִשׂרָאֵל.
5 ה׳ איז דײַן היטער,
ה׳ איז דײַן שאָטן בײַ דײַן רעכטער האַנט;
6 בײַ טאָג װעט די זון דיך נישט שלאָגן,
און נישט בײַ נאַכט די לבֿנה.
7 ה׳ װעט דיך באַהיטן פֿון אַלעם בײז,
ער װעט באַהיטן דײַן זעל.
8 ה׳ װעט היטן דײַן גײן און דײַן קומען,
פֿון אַצונד און ביז אײביק.