Consequências dos nossos atos
Toda ação tem consequências. A Bíblia ensina que colhemos o que semeamos — para o bem e para o mal. Deus pesará cada palavra e ato no dia do juízo.
Colher o que semear
Cada um prestará contas de si mesmo a Deus. O Senhor julgará as obras e os segredos dos homens com justiça perfeita.
Responsabilidade pessoal
Quem é sábio prevê o perigo e se esconde. A Palavra examina os pensamentos e intenções do coração.
דער קלוגער זעט, און פֿאַרבאָרגט זיך,
און די נאַרן גײען װײַטער, און װערן געשטראָפֿט.
אױב דו ביסט קלוג, ביסטו קלוג פֿאַר זיך,
און ביסטו אַ שפּעטער, װעסטו אַלײן לײַדן.
אַ שטרױכלונג פֿאַר אַ מענטשן איז זיך אַרױסצורעדן: הײליק!
און נאָכן נדר איבערצוקלערן.
און אַז נפֿש װעט זינדיקן מיט װאָס ער װעט הערן דעם קֹול פֿון באַשװערונג, װען ער איז אַן עדות, סײַ ער האָט געזען, סײַ ער װײס עפּעס – אױב ער װעט נישט אױסזאָגן, און טראָגן אױף זיך אַ זינד;
און אױב עמיצער װעט זינדיקן, און װעט טאָן אײנע פֿון אַלע פֿאַרבאָטזאַכן פֿון ה׳ װאָס טאָרן נישט געטאָן װערן, װײַל ער האָט נישט געװוּסט, און ער װעט זיך פֿאַרשולדיקן און טראָגן אױף זיך אַ זינד,
זאָלסט נישט פֿײַנט האָבן דײַן ברודער אין דײַן האַרצן; אױסרעדן זאָלסטו אױסרעדן דײַן חבֿר, כּדי זאָלסט נישט טראָגן איבער אים אַ זינד.
Consequências inevitáveis
A terra deu seu fruto conforme as obras dos que nela habitam. Ninguém escapa do juízo — Deus pesa cada ação.
און די ערד װעט זײַן װיסט פֿאַר אירע באַװױנער,
פֿון װעגן דעם פֿרוכט פֿון זײערע מעשׂים.
און מע װעט פֿאַרגעלטן אײַער שענדלעכקײט אױף אײַך, און די זינד פֿון אײַערע אָפּגעטער װעט איר טראָגן, און איר װעט װיסן אַז איך בין אֲדֹנָי ה׳.
און פֿאַר װאָר, אײַער בלוט, פֿון אײַערע נפֿשות, װעל איך אױפֿמאָנען; פֿון דער האַנט פֿון איטלעכער חיה װעל איך עס אױפֿמאָנען, און פֿון דער האַנט פֿון דעם מענטשן, פֿון דער האַנט פֿון דעם מענטשן זײַן ברודער, װעל איך אױפֿמאָנען דאָס לעבן פֿון אַ מענטשן.
פֿאַר װאָס לעסטערט דער רשע אלֹקים,
זאָגט אין זײַן האַרצן: דו מאָנסט נישט?
דו האָסט געזען; װאָרעם דו קוקסט צו לײַד און קומער,
כּדי זײ צו פֿאַרגלעטן מיט דײַן האַנט.
אױף דיר פֿאַרלאָזט זיך דער אומגליקלעכער,
דעם עלנדן ביסט דו געװען אַ העלפֿער.