Pular para o conteúdo
Publicidade

Intimidade com Deus

Por Bíblia Online

A intimidade com Deus é o maior privilégio do cristão. Ele nos convida a nos aproximar, a conhecê-lo profundamente e a desfrutar de comunhão diária com o Criador do universo.

Aproximar-se de Deus

Chegai-vos a Deus e Ele se chegará a vós. Deus deseja intimidade, não religiosidade. Ele busca os que o buscam de todo coração.

העי, אַלע דאָרשטיקע, קומט נאָך װאַסער,

צו מאָל דער װאָס האָט נישט קײן געלט;

קומט שאַפֿט אײַך אײַן און עסט,

און קומט שאַפֿט אײַך אײַן אָן געלט

און אָן געצאָלט װײַן און מילך.

נאָך װאָס זאָלט איר געלט צאָלן פֿאַר נישט-ברױט?

און אײַער מי פֿאַר װאָס זעטיקט נישט?

הערן הערט מיר צו, און עסט גוטס,

און אײַער זעל װעט זיך קװיקן מיט פֿעטס.

נײַגט אײַער אױער, און קומט צו מיר,

הערט, און אײַער זעל װעט לעבן;

און איך װעל אײַך שליסן אַן אײביקן ברית,

װי די געטרײַע חסדים צו דָוִדן.

זע, אַן עדות צו די פֿעלקער האָב איך אים געמאַכט,

אַ פֿירשט און באַפֿעלער פֿון די אומות.

זע, אַ פֿאָלק װאָס דו קענסט נישט, װעסטו רופֿן,

און אַ פֿאָלק װאָס קען דיך נישט, װעט לױפֿן צו דיר,

פֿון װעגן ה׳ דײַן ג-ט,

און צוליב דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל,

װײַל ער האָט דיך באַשײנט.

זוכט ה׳ װען ער קען געפֿונען װערן,

רופֿט אים װען ער איז נאָנט.

און עס װעט זײַן,

אײדער זײ רופֿן, װעל איך ענטפֿערן,

װי זײ רעדן נאָך, אַזױ װעל איך צוהערן.

רוף מיך, און איך װעל דיר ענטפֿערן, און איך װעל דיר דערצײלן גרױסע זאַכן, און פֿאַרבאָרגענע װאָס דו װײסט נישט.

װאָרעם איך װײס די טראַכטונגען װאָס איך טראַכט װעגן אײַך, זאָגט ה׳, טראַכטונגען פֿון פֿריד, און נישט צום בײזן, כּדי אײַך צו געבן אַ צוקונפֿט און אַ האָפֿענונג.

Sede de Deus

Como a corça deseja as correntes de água, assim a minha alma suspira por ti, ó Deus. A intimidade nasce do desejo profundo.

פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ באַטראַכטונג פֿון די קינדער פֿון קֹרַח.

װי אַ הינד לעכצט נאָך בעכן װאַסער,

אַזױ לעכצט מײַן זעל נאָך דיר, אלֹקים.

אַ מיזמור פֿון דָוִדן, װען ער איז געװען אין דער מדבר פֿון יהוּדה.

אלֹקים, דו ביסט אֵלי,

דיך טו איך זוכן;

נאָך דיר דאָרשט מײַן זעל,

צו דיר געלוסט מײַן לײַב,

אין אַ לאַנד פֿון טריקעניש,

און אַ פֿאַרשמאַכטער אָן װאַסער.

אַזױ האָב איך אױסגעקוקט אױף דיר,

אין הײליקטום צו זען דײַן שטאַרקײט און דײַן כּבֿוד.

װאָרעם דײַן חֶסֶד איז בעסער פֿון לעבן;

מײַנע ליפּן װעלן דיך לױבן.

אַזױ װעל איך דיך בענטשן דורך מײַן לעבן;

אין דײַן נאָמען װעל איך אױפֿהײבן מײַנע הענט.

װי מיט פֿעטס און מאַרך איז זאַט מײַן זעל,

און מיט זינגעדיקע ליפּן טוט לױבן מײַן מױל,

אַז איך דערמאָן דיך אױף מײַן געלעגער,

אַז איך טראַכט אָן דיר אין די װאַכן פֿון דער נאַכט.

װאָרעם ביסט מיר אַ הילף געװען,

און אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען טו איך זינגען.

מײַן זעל איז באַהעפֿט נאָך דיר;

דײַן רעכטע האַנט לענט מיך אונטער.

און די װאָס זוכן מײַן זעל אױף אומצוברענגען,

װעלן אַרײַן אין די טיפֿענישן פֿון דער ערד.

מע װעט זײ שלײַדערן אין מאַכט פֿון דער שװערד;

דער חלק פֿון פֿיקס װעלן זײ זײַן.

Unidade com o Pai

Jesus orou pela unidade dos seus com o Pai. A intimidade com Deus inclui confissão, perdão e alegria na comunhão.

ה׳ דײַן ג-ט איז צװישן דיר,

אַ גיבור װאָס העלפֿט;

ער װעט זיך פֿרײען מיט שׂימחה אױף דיר,

ער װעט פֿאַרשװײַגן אין זײַן ליבשאַפֿט,

ער װעט זיך פֿרײען אױף דיר מיט געזאַנג.

Seja o primeiro

Este artigo te tocou? Faça uma oração!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.