Jovens
Deus tem planos maravilhosos para os jovens. A Bíblia os convida a consagrar a juventude ao Senhor, crescer em sabedoria e ser exemplo para todos em fé, palavra, conduta e amor.
Ninguém despreze a tua mocidade
Paulo exortou Timóteo: sê exemplo dos fiéis na palavra, no procedimento, no amor, no espírito, na fé e na pureza.
Lembrar do Criador na juventude
Lembra-te do teu Criador nos dias da tua mocidade. A sabedoria ganha cedo produz frutos duradouros na vida inteira.
און געדענק דײַן באַשעפֿער אין דײַנע בָחורשע טעג, אײדער עס װעלן קומען די שלעכטע טעג, און אָנקומען װעלן די יאָרן, װאָס דו װעסט זאָגן: איך האָב נישט קײן הנאה פֿון זײ;
און געדענק דײַן באַשעפֿער אין דײַנע בָחורשע טעג, אײדער עס װעלן קומען די שלעכטע טעג, און אָנקומען װעלן די יאָרן, װאָס דו װעסט זאָגן: איך האָב נישט קײן הנאה פֿון זײ; אײדער עס װעט פֿינצטער װערן די זון און דאָס ליכט, און די לבֿנה און די שטערן; און די װאָלקנס װעלן װידער קערן נאָכן רעגן; אין דעם טאָג װאָס די הױזװעכטער װעלן זיך טרײסלען, און די חילס-לײַט װעלן זיך אױסקרימען, און די מאָלערינס װעלן נישט אַרבעטן, װײַל זײ זײַנען װינציק, און די קוקערינס װעלן טונקל זײַן אין די פֿענצטער,
פֿרײ זיך, בחור, אין דײַן יוגנט, און לאָז װױל גײן דײַן האַרץ אין דײַנע בָחורשע טעג, און גײ אין די װעגן פֿון דײַן האַרצן, און נאָך דער זעונג פֿון דײַנע אױגן; אָבער זײַ װיסן אַז פֿאַר אַלעם דעם װעט אלֹקים דיך ברענגען צום משפּט.
און טו אָפּ ערגערניש פֿון דײַן האַרצן, און האַלט אָפּ בײז פֿון דײַן לײַב, װאָרעם ייִנגלשאַפֿט און יוגנט זײַנען אַ הױך.
בעסער אַן אָרים ייִנגל און אַ חכם, אײדער אַן אַלטער מלך און אַ נאַר, װאָס װײס נישט מער צו זײַן אָפּגעהיט.
Força e promessa
Os jovens renovam suas forças quando esperam no Senhor. Deus levanta jovens com visões e sonhos para transformar o mundo.
און יונגע לײַט װעלן מיד און מאַט װערן,
און יונגע װעלן שטרױכלען געשטרױכלט װערן;
אָבער די װאָס האָפֿן אױף ה׳ װעלן באַנײַען דעם כּוֹח,
זײ װעלן אױפֿהײבן פֿליגלען װי די אָדלערס;
זײ װעלן לױפֿן און נישט מיד װערן,
זײ װעלן גײן און נישט מאַט װערן.
און די דאָזיקע פֿיר ייִנגלעך, זײ האָט האלֹקים געגעבן קענשאַפֿט און פֿאַרשטאַנדיקײט אין אַלערלײ ספֿרים און חכמה; און דָניאֵל האָט פֿאַרשטאַנען יעטװעדער זעונג און חלומות. און צום סוף פֿון די טעג װאָס דער מלך האָט זײ געהײסן דענצמאָל ברענגען, האָט זײ דער הױפּט פֿון די הױפֿדינער געבראַכט פֿאַר נבֿוכַדנֶצַרן. און דער מלך האָט מיט זײ גערעדט; און צװישן זײ אַלעמען איז נישט געפֿונען געװאָרן אַזאַ װי דָניאֵל, חַנַניָה, מישָאֵל, און עַזַריָה; און זײ זײַנען געשטאַנען פֿאַרן מלך.
די צירונג פֿון יונגעלײַט איז זײער כּוֹח,
און די שײנקײט פֿון זקנים איז אַ גראָער קאָפּ.
שױן אַ ייִנגל װערט דערקענט אָן זײַנע מעשׂים,
אױב רײן און אױב רעכטפֿאַרטיק איז זײַן טאָן.
Guardar o caminho
Como purificará o jovem seu caminho? Guardando-o segundo a tua Palavra. A Escritura na juventude guarda do pecado a vida inteira.
מיט װאָס קען אַ יונגער מענטש האַלטן רײן זײַן װעג?
צו זײַן אָפּגעהיט לױט דײַן װאָרט.
אין מײַן האַרצן האָב איך באַהאַלטן דײַן װאָרט,
כּדי איך זאָל נישט זינדיקן צו דיר.
װאָרעם דו ביסט מײַן האָפֿענונג, ה׳ אֲדֹנָי,
מײַן פֿאַרזיכערונג פֿון מײַן יוגנט אָן.
בחורים און אױך יונגפֿרױען,
זקנים מיט ייִנגלעך.
זײ זאָלן לױבן דעם נאָמען פֿון ה׳,
װאָרעם זײַן נאָמען אַלײן איז דערהױבן;
זײַן גלאַנץ איבער ערד און הימל.
די שפּריכװערטער פֿון שלמה דעם זון פֿון דָוִדן, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל;
כּדי צו װיסן חכמה און מוסר,
צו פֿאַרשטײן די װערטער פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט;
צו נעמען דעם מוסר פֿון קלוגשאַפֿט,
גערעכטיקײט און רעכט און יושר;
צו געבן די נאַרן געשײַטקײט,
דעם יונגן קענשאַפֿט און געדאַנקען;
הער צו, זון מײַנער, און װער קלוג,
און פֿיר אױפֿן װעג דײַן האַרץ.
זאָלסט נישט זײַן פֿון די װאָס זױפֿן װײַן,
פֿון די װאָס פֿרעסן זיך אָן מיט פֿלײש;
װאָרעם אַ פֿרעסער און אַ זױפֿער װערט פֿאַראָרימט.
און שמאַטעס קלײדט אָן שלעפֿערײַ.
הער צו דײַן פֿאָטער װאָס האָט דיך געבאָרן,
און זאָלסט נישט פֿאַראַכטן דײַן מוטער אַז זי איז אַלט.
Coragem e vocação
Deus chamou jovens como Jeremias e Josué para grandes missões. A juventude não é desculpa — é oportunidade de servir poderosamente.
האָב איך געזאָגט: װײ, ה׳ דו אֲדֹנָי, איך קען דאָך נישט רעדן, װאָרעם איך בין אַ ייִנגל. האָט ה׳ צו מיר געזאָגט:
זאָלסט נישט זאָגן: איך בין אַ ייִנגל,
נײַערט אומעטום װוּ איך װעל דיך שיקן זאָלסטו גײן,
און אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן זאָלסטו רעדן.
זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר זײ,
װאָרעם איך בין מיט דיר, דיך מציל צו זײַן,
זאָגט ה׳.
װאָרעם איך װײס די טראַכטונגען װאָס איך טראַכט װעגן אײַך, זאָגט ה׳, טראַכטונגען פֿון פֿריד, און נישט צום בײזן, כּדי אײַך צו געבן אַ צוקונפֿט און אַ האָפֿענונג. און איר װעט מיך רופֿן, און איר װעט גײן און װעט מתפּלל זײַן צו מיר, און איך װעל צוהערן צו אײַך. און איר װעט מיך זוכן און געפֿינען, אַז איר װעט מיך פֿאָרשן מיט אײַער גאַנצן האַרצן. און איך װעל זיך לאָזן געפֿינען פֿון אײַך, זאָגט ה׳, און איך װעל אומקערן אײַער געפֿאַנגענשאַפֿט, און װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון אַלע פֿעלקער, און פֿון אַלע ערטער, װאָס איך האָב אײַך פֿאַרשטױסן אַהין, זאָגט ה׳, און איך װעל אײַך אומקערן צו דעם אָרט, װאָס איך האָב אײַך פֿאַרטריבן פֿון דאָרטן.
נאָר זײַ זײער שטאַרק און פֿעסט צו היטן צו טאָן אַזױ װי די דאָזיקע גאַנצע תּורה װאָס משה מײַן קנעכט האָט דיר באַפֿױלן; זאָלסט דערפֿון נישט אָפּקערן רעכטס אָדער לינקס, כּדי זאָלסט באַגליקן אומעטום װוּ דו װעסט גײן. דאָס דאָזיקע בוך פֿון דער תּורה זאָל זיך נישט אָפּטאָן פֿון דײַן מױל, און זאָלסט טראַכטן דערפֿון טאָג און נאַכט, כּדי זאָלסט היטן צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס שטײט געשריבן דערין; װאָרעם דענצמאָל װעסטו מצליח זײַן אין דײַנע װעגן, און דענצמאָל װעסטו באַגליקן. פֿאַר װאָר, איך זאָג דיר אָן: זײַ שטאַרק און פֿעסט, זאָלסט נישט פֿאָרכטן און נישט אַנגסטן, װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט איז מיט דיר אומעטום װוּ דו װעסט גײן.
גוט איז פֿאַר אַ מענטשן,
אַז ער זאָל טראָגן דעם יאָך אין זײַן יוגנט;