Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 148

1 הַלְלוּ יָהּ.

לױבט ה׳, פֿון די הימלען,

לױבט אים אין די הײכן.

2 לױבט אים, אַלע זײַנע מלאָכים;

לױבט אים, אַלע זײַנע חילות.

3 לױבט אים, זון און לבֿנה;

לױבט אים, אַלע ליכטיקע שטערן.

4 לױבט אים, די הימלען פֿון די הימלען,

און די װאַסערן װאָס איבער די הימלען.

5 זאָלן זײ לױבן דעם נאָמען פֿון ה׳,

װאָרעם ער האָט באַפֿױלן, און זײ זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן.

6 און ער האָט זײ אױפֿגעשטעלט אױף שטענדיק, אױף אײביק;

ער האָט געשטעלט אַ געזעץ װאָס זאָל נישט פֿאַרגײן.

7 לױבט ה׳, פֿון דער ערד,

איר ים-חיות און אַלע תּהומען;

8 פֿײַער און האָגל, שנײ און נעבל;

דער שטורעמװינט װאָס טוט זײַן װאָרט;

9 בערג און אַלע הײכן,

פֿרוכטבײמער און אַלע צעדערן;

10 חיות און אַלע בהמות,

שרצים און געפֿליגלטע פֿױגלען;

11 מלכים פֿון דער ערד און אַלע פֿעלקער,

האַרן און אַלע ריכטער פֿון דער ערד;

12 בחורים און אױך יונגפֿרױען,

זקנים מיט ייִנגלעך.

13 זײ זאָלן לױבן דעם נאָמען פֿון ה׳,

װאָרעם זײַן נאָמען אַלײן איז דערהױבן;

זײַן גלאַנץ איבער ערד און הימל.

14 און ער האָט דערהײכט דעם האָרן פֿון זײַן פֿאָלק

אַ לױב פֿאַר אַלע זײַנע פֿרומע,

פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל,

דעם פֿאָלק װאָס איז אים נאָנט.

הַלְלוּ יָהּ.

Veja também