Pular para o conteúdo
Publicidade

Julgamento

Por Bíblia Online

O julgamento pertence a Deus. A Bíblia adverte contra o juízo precipitado entre irmãos e revela que Cristo é o juiz justo que julgará vivos e mortos com perfeita equidade.

Não julgueis

Jesus disse: não julgueis para que não sejais julgados. Com o juízo com que julgais, sereis julgados.

Julgar com justiça

Quando precisar avaliar, julgue segundo a justa aparência. Não julgue pela carne, mas pelo Espírito e pela verdade.

און איך האָב באַפֿױלן אײַערע ריכטער אין יענער צײַט, אַזױ צו זאָגן: הערט אױס צװישן אײַערע ברידער, און איר זאָלט משפּטן גערעכט צװישן איטלעכן און צװישן זײַן ברודער, אָדער דעם פֿרעמדן װאָס בײַ אים. איר זאָלט נישט קײן נושא פּנים זײַן אין אַ משפּט; דעם קלענסטן אַזױ װי דעם גרעסטן זאָלט איר אױסהערן; איר זאָלט זיך נישט שרעקן פֿאַר אַ מענטשן, װאָרעם דער משפּט איז ג-טס. און די זאַך װאָס װעט זײַן צו שװער פֿאַר אײַך, זאָלט איר ברענגען צו מיר, און איך װעל זי אױסהערן.

פֿון אַ פֿאַלשן פּסק זאָלסטו זיך דערװײַטערן, און אַן אומשולדיקן און גערעכטן זאָלסטו נישט הרגען; װאָרעם איך װעל נישט לאָזן בלײַבן גערעכט דעם שולדיקן.

O tribunal de Cristo

Todos compareceremos diante do tribunal de Cristo para prestar contas. Cada um dará conta de si mesmo a Deus.

Deus é o juiz

O Senhor julgará o mundo com justiça. O juízo de Deus é verdadeiro e justo — Ele conhece todos os segredos do coração humano.

דו פֿײַנט, פֿאַרלענדט זײַנען די חורבֿות אױף תּמיד;

און שטעט האָסטו אױסגעריסן,

זײער זָכר איז אונטערגעגאַנגען,

דו פֿײַנט, פֿאַרלענדט זײַנען די חורבֿות אױף תּמיד;

און שטעט האָסטו אױסגעריסן,

זײער זָכר איז אונטערגעגאַנגען,

אָבער ה׳ װעט אײביק בלײַבן,

ער שטעלט אױף צום משפּט זײַן טראָן;

װײַל דעם גאַנצן באַשאַף װעט אלֹקים ברענגען פֿאַר אַ משפּט איבער אַלעם פֿאַרהױלענעם, סײַ גוט און סײַ שלעכט.

איך האָב געקוקט

ביז טראָנען האָט מען אױפֿגעשטעלט,

און אַן אַלטבאַטאָגטער האָט זיך געזעצט;

זײַן מלבוש איז געװען װי װײַסער שנײ,

און די האָר פֿון זײַן קאָפּ װי לױטערע װאָל;

זײַן טראָן איז געװען פֿלאַמען פֿײַער,

די רעדער דערפֿון, ברענעדיק פֿײַער.

אַ טײַך פֿײַער האָט אַרױסגעשטראָמט,

און איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר אים;

טױזנט מאָל טױזנט האָבן אים באַדינט,

און צען טױזנט מאָל צען טױזנט זײַנען פֿאַר אים געשטאַנען;

אַ בֵית-דין איז געזעסן,

און ביכער זײַנען געװען געעפֿנט.

Discernimento e graça

Temos um advogado junto ao Pai — Jesus Cristo. Não há condenação para os que estão em Cristo. Prove os espíritos.

און איר װעט װידער אײַנזען

צװישן דעם צדיק און דעם רשע,

צװישן דעם װאָס דינט אלֹקים,

און דער װאָס דינט אים נישט.

איטלעך געצײַג װאָס װעט געפֿורעמט װערן

קעגן דיר, װעט נישט געלינגען,

און איטלעך צונג װאָס װעט זיך שטעלן אין משפּט מיט דיר,

װעסטו שולדיק מאַכן.

דאָס איז די אַרב פֿון די קנעכט פֿון ה׳,

און זײער גערעכטער לױן פֿון מיר, זאָגט ה׳.

מיט מײַן זעל האָב איך דיך געגלוסט בײַ נאַכט,

יאָ, מיט מײַן גײַסט אין מיר האָב איך דיך געזוכט,

װאָרעם אַז דײַנע משפּטים זײַנען אױף דער ערד,

לערנען גערעכטיקײט די באַװױנער פֿון דער װעלט.

יעטװעדער װעג פֿון מענטשן איז גלײַך אין זײַנע אױגן,

אָבער ה׳ פֿאָרשט די הערצער.

טאָן גערעכטיקײט און רעכט

איז בילכער בײַ ה׳ װי אַ שלאַכטאָפּפֿער.

פֿרײ זיך, בחור, אין דײַן יוגנט, און לאָז װױל גײן דײַן האַרץ אין דײַנע בָחורשע טעג, און גײ אין די װעגן פֿון דײַן האַרצן, און נאָך דער זעונג פֿון דײַנע אױגן; אָבער זײַ װיסן אַז פֿאַר אַלעם דעם װעט אלֹקים דיך ברענגען צום משפּט.

Seja o primeiro