Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 9

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף מות-לַבֵן; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

2 איך װעל לױבן ה׳ מיט מײַן גאַנצן האַרצן,

איך װעל דערצײלן אַלע דײַנע װוּנדער.

3 איך װעל זיך פֿרײען און לוסטיק זײַן מיט דיר,

איך װעל באַזינגען דײַן נאָמען, דו עליון;

4 װען מײַנע פֿײַנט קערן זיך אַהינטער,

װערן געשטרױכלט און גײען אונטער פֿאַר דיר,

5 װאָרעם האָסט געטאָן מײַן משפּט און מײַן רעכט,

האָסט זיך געזעצט אױפֿן טראָן, דו ריכטער גערעכטער.

6 האָסט אָנגעשריִען אױף די פֿעלקער,

האָסט אונטערגעבראַכט דעם רשע,

זײער נאָמען האָסטו אױסגעמעקט אױף אײביק און שטענדיק.

7 דו פֿײַנט, פֿאַרלענדט זײַנען די חורבֿות אױף תּמיד;

און שטעט האָסטו אױסגעריסן,

זײער זָכר איז אונטערגעגאַנגען,

8 אָבער ה׳ װעט אײביק בלײַבן,

ער שטעלט אױף צום משפּט זײַן טראָן;

9 און ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט,

ער װעט דָן זײַן די פֿעלקער מיט יושר.

10 און ה׳ װעט זײַן אַ פֿעסטונג דעם געדריקטן,

אַ פֿעסטונג אין צײַטן פֿון נױט.

11 און פֿאַרזיכערן װעלן זיך אױף דיר די װאָס קענען דײַן נאָמען,

װאָרעם דו פֿאַרלאָזט נישט די װאָס זוכן דיך, ה׳.

12 זינגט צו ה׳, באַװױנער פֿון צִיוֹן,

דערצײלט צװישן די פֿעלקער זײַנע מעשׂים.

13 װאָרעם דער אױפֿמאָנער פֿון בלוט געדענקט זײ,

ער פֿאַרגעסט נישט דאָס געשרײ פֿון די פֿאַרליטענע.

14 לײַטזעליק מיך, ה׳,

זע מײַן פּײַן פֿון מײַנע פֿײַנט,

מײַן דערהײבער פֿון די טױערן פֿון טױט;

15 כּדי איך זאָל דערצײלן אַל דײַן לױב,

אין די טױערן פֿון טאָכטער צִיוֹן מיך פֿרײען מיט דײַן הילף.

16 אײַנגעזונקען זײַנען די פֿעלקער,

אין דער גרוב װאָס זײ האָבן געמאַכט,

אין דער נעץ װאָס זײ האָבן באַהאַלטן

איז באַצװוּנגען זײער פֿוס.

17 ה׳ איז באַװוּסט געװאָרן, ער האָט אַ משפּט געטאָן

אין דעם װערק פֿון זײַנע הענט איז געשטרױכלט געװאָרן דער רשע.

הִגָיון סֶלָה.

18 די רשעים װעלן אָנקומען אין שְׁאֹול

אַלע פֿעלקער װאָס פֿאַרגעסן אָן אלֹקים.

19 װאָרעם נישט שטענדיק װעט פֿאַרגעסן זײַן דער אבֿיון,

די האָפֿענונג פֿון די אָרימע װעט נישט פֿאַרלאָרן זײַן אױף אײביק.

20 שטײ אױף, ה׳, זאָל דער מענטש נישט פֿאַרשײַט זײַן,

זאָלן געמשפּט װערן די פֿעלקער פֿאַר דיר.

21 טו, ה׳, אַ מורא אױף זײ;

זאָלן װיסן די פֿעלקער אַז זײ זײַנען נאָר מענטשן.

סֶלָה.

Veja também