Órfãos
Deus tem um cuidado especial pelos órfãos. Ele se apresenta como pai dos que não têm pai e defensor dos desamparados, e ordena a seu povo que faça o mesmo.
Deus, pai dos órfãos
O Senhor é pai dos órfãos e protetor das viúvas. Ele sustenta os que perderam amparo humano e cuida deles com ternura.
און די צדיקים װעלן זיך פֿרײען;
זײ װעלן זײַן לוסטיק פֿאַר אלֹקים,
און קװעלן מיט שׂימחה.
זינגט צו אלֹקים, באַזינגט זײַן נאָמען,
דערהײבט דעם װאָס רײַט דורך די הימלען –
ה׳ איז זײַן נאָמען –
און פֿרײט זיך פֿאַר אים.
ה׳ באַהיט די פֿרעמדע;
דעם יתום און די אַלמנה ריכט ער אױף,
און דעם װעג פֿון די רשעים פֿאַרדרײט ער.
טוט רעכט דעם אָרעמאַן און דעם יתום,
דעם געדריקטן און דעם באַדערפֿטיקן מאַכט גערעכט.
O chamado da justiça
A religião pura é visitar órfãos e viúvas em suas aflições. Deus ordena a defesa do necessitado e o cuidado com os mais frágeis.
לערנט גוטס טאָן,
זוכט גערעכטיקײט,
שטאַרקט דעם געדריקטן,
טוט רעכט דעם יתום,
נעמט זיך אָן פֿאַר דער אַלמנה.
אַזױ האָט געהאַט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אַזױ צו זאָגן:
משפּט אַן אמתן משפּט,
און טוט חֶסֶד און דערבאַרעמונג אײנער מיטן אַנדערן,
און אַן אַלמנה און אַ יתום,
אַ פֿרעמדן און אַן אָרעמאַן,
זאָלט איר נישט דריקן,
און אײנער דעם אַנדערנס רעה
זאָלט איר נישט טראַכטן אין אײַער האַרצן.
אױב פּײַניקן װעסטו אים פּײַניקן, איז, װי נאָר ער װעט שרײַען צו מיר, װעל איך זיכער צוהערן זײַן געשרײ. און מײַן צאָרן װעט גרימען, און איך װעל אײַך הרגען מיטן שװערד, און אײַערע װײַבער װעלן זײַן אַלמנות, און אײַערע קינדער יתומים.
אַז דו װעסט געלט לײַען מײַן פֿאָלק, דעם אָרעמאַן בײַ דיר, זאָלסטו נישט זײַן צו אים װי אַ בַעַל-חובֿ; איר זאָלט נישט אַרױפֿלײגן אױף אים צינזן.
װײַל איך פֿלעג ראַטעװען דעם אָרעמאַן װאָס האָט געשריִען,
און דעם יתום װאָס האָט נישט קײן העלפֿער.
די ברכה פֿון דעם אומגליקלעכן פֿלעגט קומען אױף מיר,
און דאָס האַרץ פֿון דער אַלמנה פֿלעג איך דערפֿרײען.