Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 82

1 אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן.

אלֹקים שטײט אין דער עדה פֿון אֵל,

אין דער מיטן פֿון די אלֹקים משפּט ער.

2 ביז װאַנען װעט איר משפּטן אומגערעכט,

און שױנען דעם פּנים פֿון די רשעים?

סֶלָה.

3 טוט רעכט דעם אָרעמאַן און דעם יתום,

דעם געדריקטן און דעם באַדערפֿטיקן מאַכט גערעכט.

4 מאַכט אַנטרינען דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון,

פֿון דער האַנט פֿון די רשעים זײַט מציל.

5 זײ װײסן נישט, און זײ פֿאַרשטײען נישט,

אין פֿינצטערניש גײען זײ אום;

אַלע גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד פֿאַלן אום.

6 איך װאָלט געזאָגט, אלֹקים זײַט איר,

און זין פֿון דעם עליון זײַט איר אַלע.

7 אָבער אַזױ װי אַ מענטש װעט איר שטאַרבן,

און װי אײנער פֿון די האַרן װעט איר פֿאַלן.

8 שטײ אױף, אלֹקים, משפּט די ערד,

װאָרעם אַלע פֿעלקער זײַנען דײַן אַרב.

Veja também