Pular para o conteúdo
Publicidade

Pais e filhos

Por Bíblia Online

A relação entre pais e filhos é uma das mais preciosas na Bíblia. Deus estabeleceu a família como escola de fé, amor e formação de caráter.

Honrar pai e mãe

Honrar os pais é o primeiro mandamento com promessa. Os filhos são chamados a obedecer, respeitar e cuidar de seus pais.

האַלט אין כּבֿוד דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, כּדי דײַנע טעג זאָלן זיך לענגערן אױף דער ערד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר.

הער צו דײַן פֿאָטער װאָס האָט דיך געבאָרן,

און זאָלסט נישט פֿאַראַכטן דײַן מוטער אַז זי איז אַלט.

אַ זון װאָס ברענגט שאַנד און חרפּה,

פֿאַרװיסט זײַן פֿאָטער, פֿאַרטרײַבט זײַן מוטער.

דער װאָס שילט זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער,

װעט זײַן ליכט פֿאַרלאָשן װערן אין שטאָקפֿינצטערניש.

Instruir os filhos

Os pais devem instruir os filhos no caminho certo. A educação começa cedo, com disciplina amorosa e ensino constante da Palavra.

געװײנען דעם ייִנגל אױף זײַן װעג;

אַפֿילו אַז ער װעט אַלט װערן, װעט ער זיך נישט אָפּקערן דערפֿון.

און די דאָזיקע װערטער װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט, זאָלן זײַן אין דײַן האַרצן; און זאָלסט זײ אײַנשאַרפֿן דײַנע קינדער, און זאָלסט רעדן פֿון זײ װען דו זיצסט אין דײַן הױז, און װען דו גײסט אין װעג, און װען דו לײגסט זיך, און װען דו שטײסט אױף.

הער צו, מײַן זון, דעם מוסר פֿון דײַן פֿאָטער,

און זאָלסט נישט פֿאַרלאָזן די לער פֿון דײַן מוטער;

װאָרעם אַ קראַנץ פֿון חן װעלן זײ זײַן פֿאַר דײַן קאָפּ,

און האַלדזבענדער פֿאַר דײַן האַלדז.

די רוט און מוסר גיבן חכמה,

און אַ לױזגעלאָזט ייִנגל ברענגט שאַנד זײַן מוטער.

דער װאָס קאַרגט זײַן רוט, האָט פֿײַנט זײַן זון,

און דער װאָס האָט אים ליב, שטראָפֿט מוסר אים באַצײַטנס.

Filhos como bênção

Os filhos são herança do Senhor. A coroa dos velhos são os filhos dos filhos, e a glória dos filhos são seus pais.

זע, די אַרב פֿון ה׳ זײַנען קינדער,

דער *שׂכַר איז פֿרוכט פֿון לײַב.

װי פֿײַלן אין דער האַנט פֿון גיבור,

אַזױ זײַנען קינדער פֿון דער יוגנט.

װױל צו דעם מאַן

װאָס האָט אָנגעפֿילט זײַן פֿײַלבײַטל מיט זײ!

זײ װעלן נישט פֿאַרשעמט װערן,

אַז זײ װעלן רעדן מיט די פֿײַנט אין טױער.

די קרױן פֿון אַלטע לײַט זײַנען קינדס-קינדער,

און די צירונג פֿון קינדער זײַנען זײערע עלטערן.

קװעלן קװעלט אָן דער פֿאָטער פֿון דעם צדיק,

און דער װאָס האָט געבאָרן אַ חכם פֿרײט זיך מיט אים.

די שפּריכװערטער פֿון שלמהן.

אַ זון אַ חכם דערפֿרײט זײַן פֿאָטער,

און אַ זון אַ נאַר איז דער קומער פֿון זײַן מוטער.

און אױב עס איז שלעכט אין אײַערע אױגן צו דינען ה׳, װײלט אײַך אױס הײַנט װעמען איר װילט דינען, ענטװעדער די ג-טער װאָס אײַערע עלטערן האָבן געדינט אױף יענער זײַט טײַך, אָדער די ג-טער פֿון דעם אֶמוֹרי, װאָס איר זיצט אין זײער לאַנד; און איך און מײַן הױזגעזינט װעלן דינען ה׳.

דערום פֿאַרלאָזט אַ מאַן זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, און באַהעפֿט זיך אָן זײַן װײַב, און זײ װערן אײן פֿלײש.

פֿאָטערס זאָלן נישט געטײט װערן פֿאַר קינדער, און קינדער זאָלן נישט געטײט װערן פֿאַר פֿאָטערס; יעטװעדער פֿאַר זײַן זינד זאָל געטײט װערן.

Seja o primeiro