Pular para o conteúdo
Publicidade

Pão

Por Bíblia Online

O pão é símbolo central na Bíblia: do maná no deserto ao pão da vida — Jesus. A Escritura usa o pão para ensinar sobre provisão divina, comunhão e dependência espiritual.

O maná do céu

Deus alimentou Israel no deserto com pão do céu. O maná era diário, fiel e suficiente — retrato da provisão constante de Deus.

און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: איך האָב געהערט די מורמלערײַען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. רעד צו זײ אַזױ צו זאָגן: קעגן אָװנט װעט איר עסן פֿלײש, און אין דער פֿרי װעט איר זיך זעטן מיט ברױט, און איר װעט װיסן, אַז איך בין ה׳ אלוקיכם.

און עס איז געװען אין אָװנט, זײַנען אַרױפֿגעקומען װאַכטלפֿױגלען און האָבן באַדעקט דעם לאַגער; און אין דער פֿרי איז געװען אַ שיכט טױ רונד אַרום לאַגער. און אַז די שיכט טױ האָט זיך אױסגעדאַמפּן, ערשט אױפֿן געזיכט פֿון מדבר איז דינס, שופּיקס, דין אַזױ װי פֿראָסט אױף דער ערד. און װי די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן דאָס געזען, אַזױ האָבן זײ געזאָגט אײנער צום אַנדערן: מָן הוא? װײַל זײ האָבן נישט געװוּסט װאָס דאָס איז. האָט משה צו זײ געזאָגט: דאָס איז דאָס ברױט, װאָס ה׳ האָט אײַך געגעבן צום עסן.

און דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָט גערופֿן דעם נאָמען דערפֿון מַן; און עס איז געװען אַזױ װי קאָריאַנדערזאָמען, װײַס; און דער טעם דערפֿון איז געװען אַזױ װי אַ פּלעצל אױף האָניק.

און ער האָט באַפֿױלן די װאָלקנס פֿון אױבן,

און די טירן פֿון הימל געעפֿנט.

און ער האָט געמאַכט רעגענען אױף זײ מַן צום עסן,

און הימל-תּבֿואה זײ געגעבן.

ברױט פֿון מלאָכים האָט איטלעכער געגעסן,

שפּײַז צו זאַט האָט ער זײ אַראָפּגעשיקט.

ער מאַכט שפּראָצן גראָז פֿאַר דער בהמה,

און הײ פֿאַר די אַרבעטפֿי פֿון דעם מענטשן,

כּדי אַרױסצוציען ברױט פֿון דער ערד;

און װײַן װאָס דערפֿרײט דעם מענטשנס האַרץ,

צו מאַכן גלאַנצן דעם פּנים מער װי אײל;

און ברױט װאָס לענט אונטער דעם מענטשנס האַרץ.

O pão da vida

Jesus declarou: 'Eu sou o pão da vida.' Quem vem a Ele nunca terá fome, e quem nele crê jamais terá sede. Ele é o sustento eterno.

און ער האָט דיך געפּײַניקט, און דיך אױסגעהונגערט, און דיך געשפּײַזט מיט מַן, װאָס נישט דו האָסט דערפֿון געװוּסט, נישט דײַנע עלטערן האָבן געװוּסט; כּדי דיך צו לאָזן װיסן אַז נישט אױף ברױט אַלײן לעבט דער מענטש, נאָר אױף אַלץ װאָס קומט אַרױס פֿון ה׳ס מױל לעבט דער מענטש.

Partilha e comunhão

O partir do pão une o corpo de Cristo. Na Ceia, na generosidade e na partilha, expressamos a comunhão com Deus e uns com os outros.

דער װאָס האָט אַ גוט אױג, ער װערט געבענטשט,

װײַל ער גיט פֿון זײַן ברױט דעם אָרעמאַן.

Provisão divina

O justo não é desamparado e seus descendentes não mendigam pão. Deus provê com fidelidade o alimento de cada dia.

איך בין יונג געװען און בין אַלט געװאָרן,

און איך האָב נישט געזען אַ צדיק פֿאַרלאָזן,

און זײַן זאָמען בעטלענדיק ברױט.

לאָז אַװעק דײַן ברױט אױפֿן װאַסער,

װאָרעם אין פֿיל טעג אַרום װעסטו עס געפֿינען.

צעטײל אַ חלק אױף זיבן, און אַפֿילו אױף אַכט,

װאָרעם װײסט נישט װאָס פֿאַר אַ בײז עס קען זײַן אױף דער ערד.

Seja o primeiro