Pular para o conteúdo
Publicidade

Gravidez e maternidade

Por Bíblia Online

Gravidez e maternidade são bênçãos celebradas na Bíblia. Deus forma cada criança no ventre, cuida da mãe e da família, e abençoa a geração dos justos.

Filhos são herança do Senhor

Deus abençoa a fertilidade e o crescimento das famílias. Cada criança é obra de suas mãos, conhecida e amada antes mesmo de nascer.

װעסט זײַן געבענטשטער פֿון אַלע פֿעלקער; עס װעט נישט זײַן אַן עקר אָדער אַן עקרה צװישן דיר אָדער צװישן דײַנע בהמות.

און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך געפֿרוכפּערט, און זיך געװידמענט און געמערט, און זײ זײַנען געװאָרן זײער זײער שטאַרק, און דאָס גאַנצע לאַנד איז פֿול געװאָרן מיט זײ.

מאַכטיק אין לאַנד װעט זײַן זײַן קינדער;

דער דור פֿון די רעכטפֿאַרטיקע װעט זײַן געבענטשט.

װאָרעם דו האָסט געפֿאַרמאָגן מײַנע נירן,

האָסט מיך געװעבט אין לײַב פֿון מײַן מוטער.

איך לױב דיך, װאָרעם מוראדיק װוּנדערלעך בין איך געמאַכט;

װוּנדערלעך זײַנען דײַנע װערק,

און מײַן זעל װײס דאָס װױל.

נישט פֿאַרהױלן איז געװען מײַן געבײן פֿאַר דיר,

װען איך בין געמאַכט געװאָרן אין פֿאַרבאָרגעניש,

געשטריקט געװאָרן אין טיפֿענישן פֿון דער ערד.

מײַן אומגעפֿורעמט לײַב האָבן געזען דײַנע אױגן;

יאָ, אין דײַן בוך װערן זײ אַלע אָנגעשריבן,

די טעג װען מע זאָל באַשאַפֿן װערן,

און אײנער צװישן זײ איז געװען פֿאַר אים.

זע, די אַרב פֿון ה׳ זײַנען קינדער,

דער *שׂכַר איז פֿרוכט פֿון לײַב.

װעל איך ביז געבורט ברענגען,

און נישט מאַכן געבערן? זאָגט ה׳;

װעל איך, װאָס מאַך געבערן, פֿאַרהאַלטן?

זאָגט דײַן ג-ט.

Força e cuidado na gravidez

Deus dá forças à mulher grávida e a sustenta em cada etapa. Sua graça é suficiente e seu poder se aperfeiçoa na fraqueza.

אין דיר, ה׳, טו איך מיך שיצן,

לאָמיך נישט פֿאַרשעמט װערן קײן מאָל;

אין דײַן גערעכטיקײט מאַך מיך אַנטרינען.

הער צו, אלֹקים, מײַן געשרײ,

פֿאַרנעם מײַן תּפֿילה.

װי אַ פּאַסטוך װעט ער פֿיטערן זײַן סטאַדע,

מיט זײַן אָרעם װעט ער אײַנזאַמלען די לעמער,

און אין זײַן בוזעם זײ טראָגן;

די זײגעדיקע װעט ער פֿירן.

הערט מיר צו, איר הױז פֿון יעקבֿ,

און דער גאַנצער איבערבלײַב פֿון הױז יִשׂרָאֵל,

איר געפּעסטעטע פֿון מוטערלײַב,

איר געטראָגענע פֿון געבערמוטער:

אַפֿילו ביז עלטער בין איך דער אײגענער,

און ביז גראָע האָר װעל איך טראָגן;

איך האָב געמאַכט, און איך װעל טראָגן,

און איך װעל אױף זיך נעמען און װעל ראַטעװען.

A bênção da maternidade

A Bíblia honra a maternidade como ministério sagrado. As mães são instrumentos de Deus para formar vidas e transmitir a fé.

אירע קינדער שטײען אױף און לױבן זי,

איר מאַן און ער רימט זי:

און דער מענטש האָט דערקענט זײַן װײַב חַוָהן, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן קַיִנען, און זי האָט געזאָגט: איך האָב דערװאָרבן אַ מענטש דורך ה׳.

און ה׳ האָט געדאַכט אָן שׂרהן, אַזױ װי ער האָט געזאָגט, און ה׳ האָט געטאָן צו שׂרהן אַזױ װי ער האָט גערעדט. און שׂרה איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אבֿרהמען אַ זון אױף זײַן עלטער, צו דער צײַט װאָס אלֹקים האָט אים אָנגעזאָגט.

און יִצחָק האָט געבעטן צו ה׳ פֿון װעגן זײַן װײַב, װאָרעם זי איז געװען אַן עקרה; און ה׳ האָט זיך געלאָזט דערבעטן פֿון אים, און רבקה זײַן װײַב איז טראָגעדיק געװאָרן.

און עס איז געװען נאָכן אומדרײ פֿון די טעג. האָט חנה אױסגעטראָגן און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען שמוּאֵל, װײַל: פֿון ה׳ האָב איך אים אױסגעבעטן.

Proteção divina

Deus protege a mãe e o bebê, guardando-os de todo mal. Ele acompanha cada momento com ternura e fidelidade.

דו װאָס זיצסט אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון עליון,

װאָס אין שאָטן פֿון שַדַי װײַלסטו,

איך זאָג אױף ה׳, מײַן באַשיצונג און מײַן פֿעסטונג

מײַן ג-ט װאָס איך פֿאַרזיכער זיך אױף אים,

ה׳ װעט דיך באַהיטן פֿון אַלעם בײז,

ער װעט באַהיטן דײַן זעל.

ה׳ װעט היטן דײַן גײן און דײַן קומען,

פֿון אַצונד און ביז אײביק.

אײדער איך האָב דיך אין מוטערלײַב געפֿורעמט,

האָב איך דיר דערקענט,

און אײדער דו ביסט פֿון טראַכט אַרױס,

האָב איך דיך געהײליקט;

אַ נבֿיא פֿאַר די פֿעלקער האָב איך דיך געמאַכט.

און אַז מענער װעלן זיך ראַנגלען, און װעלן אָנשטױסן אַ טראָגעדיקע פֿרױ, און אירע קינדער װעלן אַרױסגײן, אָבער קײן אומגליק װעט נישט געשען, זאָל קַנסען געקַנסעט װערן דער שולדיקער, לױט װי דער פֿרױס מאַן װעט אױף אים אַרױפֿלײגן, און ער זאָל עס געבן פֿאַר די דײנים. אױב אָבער אַן אומגליק װעט געשען, זאָלסטו געבן אַ נפֿש פֿאַר אַ נפֿש,

קען אַ פֿרױ פֿאַרגעסן איר ברוסטקינד,

נישט צו דערבאַרעמען דעם זון פֿון איר לײַב?

אַפֿילו די דאָזיקע זאָלן פֿאַרגעסן,

װעל איך אָן דיר נישט פֿאַרגעסן.

Esperança e promessa

A maternidade é caminho de esperança. Como Sara, Ana e Isabel, as mães encontram na fé a força para aguardar as promessas de Deus.

ער מאַכט די עקרה זיצן אין הױז

אַ פֿרײלעכע מוטער פֿון קינדער.

הַלְלוּ יָהּ.

און איך װעל זי בענטשן, און װעל דיר אױך געבן פֿון איר אַ זון; יאָ, איך װעל זי בענטשן, און פֿעלקער װעלן װערן פֿון איר; מלכים פֿון אומות װעלן זײַן פֿון איר.

דײַן װײַב װי אַ פֿרוכטיקער װײַנשטאָק,

אין די װינקלען פֿון דײַן הױז;

דײַנע קינדער װי אײלבערטפֿלאַנצן,

רונד אַרום דײַן טיש.

Seja o primeiro