Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 61

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף סטרונעשפּיל; פֿון דָוִדן.

2 הער צו, אלֹקים, מײַן געשרײ,

פֿאַרנעם מײַן תּפֿילה.

3 פֿון עק פֿון דער ערד רוף איך צו דיר,

װען מײַן האַרץ פֿאַרגײט;

אױף דעם פֿעלדז װאָס איז צו הױך פֿאַר מיר,

זאָלסטו מיך אַרױפֿפֿירן.

4 װאָרעם דו ביסט מיר געװען אַ באַשיצונג,

אַ טורעם פֿון שטאַרקײט אַקעגן דעם פֿײַנט.

5 איך װעל אײביק װױנען אין דײַן געצעלט.

איך װעל מיך שיצן אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון דײַנע פֿליגלען.

סֶלָה.

6 װאָרעם דו, אלֹקים, האָסט צוגעהערט צו מײַנע נדרים;

האָסט געגעבן די אַרב

פֿון די װאָס פֿאָרכטן דײַן נאָמען.

7 טעג צו די טעג פֿון דעם מלך זאָלסטו צולײגן,

זײַנע יאָרן זאָלן זײַן װי אַ דור אױף אַ דור.

8 טראָנען זאָל ער אײביק פֿאַר אלֹקים;

גענאָד און טרײַשאַפֿט באַשער, זײ זאָלן אים היטן.

9 אַזױ װעל איך באַזינגען דײַן נאָמען אױף אײביק,

װען איך באַצאָל מײַנע נדרים טאָגטעגלעך.

Veja também