1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
2 אין דיר, ה׳, טו איך מיך שיצן,
לאָמיך נישט פֿאַרשעמט װערן קײן מאָל;
אין דײַן גערעכטיקײט מאַך מיך אַנטרינען.
3 נײַג צו דײַן אױער צו מיר,
זײַ מיך מציל געשװינט;
זײַ מיר פֿאַר אַ פֿעלדז פֿון באַשיצונג,
פֿאַר אַ באַפֿעסטיקט הױז מיך צו העלפֿן.
4 װאָרעם דו ביסט מײַן פֿעלדז און מײַן פֿעסטונג,
און פֿון דײַן נאָמען װעגן זאָלסטו מיך פֿירן און מיך באַלײטן.
5 זאָלסט מיך אַרױסציען פֿון דער נעץ
װאָס זײ האָבן מיר אונטערגעלײגט,
װאָרעם דו ביסט מײַן באַשיצונג,
6 אין דײַן האַנט גיב איך איבער מײַן גײַסט;
װעסט מיך אױסלײזן, ה׳, דו אֵל געטרײַער.
7 איך האָב פֿײַנט די װאָס האַלטן זיך אָן פֿאַלשע נישטיקײטן,
װאָרעם איך האָב מיך אױף ה׳ פֿאַרזיכערט.
8 איך פֿרײ זיך און בין לוסטיק מיט דײַן חֶסֶד,
װאָרעם האָסט געזען מײַן פּײַן,
האָסט געמערקט די צרות פֿון מײַן זעל.
9 און האָסט מיך נישט איבערגעענטפֿערט
אין דער האַנט פֿונעם פֿײַנט;
האָסט געשטעלט מײַנע פֿיס אין דערברײטערניש.
10 לײַטזעליק מיך, ה׳, װאָרעם מיר איז ענג,
מאַט געװאָרן פֿון ערגערניש איז מײַן אױג,
מײַן זעל און מײַן לײַב.
11 װאָרעם פֿאַרגאַנגען איז אין קומער מײַן לעבן,
און מײַנע יאָרן אין זיפֿצעניש;
אָפּגעפֿאַלן פֿון װעגן מײַנע זינד איז מײַן כּוֹח,
און מײַנע בײנער זײַנען מאַט געװאָרן.
12 פֿון װעגן אַלע מײַנע פֿײַנט בין איך געװאָרן צו חרפּה,
און בײַ מײַנע שכנים, ביז גאָר,
און אַ גרױל בײַ מײַנע באַקאַנטע;
די װאָס זעען מיך אין גאַס, װײַכן פֿון מיר.
13 איך בין פֿאַרגעסן געװאָרן װי אַ טױטער אױסן האַרצן,
איך בין געװאָרן װי אַ פֿאַרדאָרבן געפֿעס.
14 װאָרעם איך האָב געהערט דאָס גערײד פֿון פֿיל –
אַ שרעק רונד אַרום;
אַז זײ עֵצהן זיך מיט אַנאַנדער אױף מיר,
טראַכטן זײ מײַן לעבן צו נעמען.
15 אָבער איך פֿאַרזיכער מיך אױף דיר, ה׳,
איך זאָג: מײַן ג-ט ביסט דו.
16 אין דײַן האַנט זײַנען מײַנע צײַטן,
זײַ מיך מציל פֿון דער האַנט פֿון מײַנע פֿײַנט,
און פֿון מײַנע נאָכיאָגער.
17 דערלײַכט דײַן פּנים אױף דײַן קנעכט,
העלף מיך אין דײַן גענאָד.
18 ה׳, נישט לאָמיך פֿאַרשעמט װערן,
װאָרעם איך האָב דיך גערופֿן;
זאָלן פֿאַרשעמט װערן די רשעים,
זאָלן זײ אַנטשװיגן װערן אין שְׁאֹול.
19 זאָלן שטום װערן די ליפּן פֿון ליגן,
װאָס רעדן אױפֿן צדיק פֿאַרשײַט,
מיט גאװה און פֿאַראַכטעניש.
20 װי גרױס איז דײַן גוטס,
װאָס דו האָסט באַהאַלטן פֿאַר די װאָס פֿאָרכטן דיך,
געמאַכט פֿאַר די װאָס שיצן זיך אין דיר
אַקעגן די מענטשנקינדער!
21 פֿאַרבאָרגסט זײ אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון דײַן פּנים,
פֿון די באַנדעס מענטשן;
באַהאַלטסט זײ אין אַ בײַדל,
פֿון דעם קריג פֿון די צינגער.
22 ברוך ה׳, װאָס האָט װוּנדערלעך באַװיזן
זײַן חֶסֶד צו מיר אין דער באַלעגערטער שטאָט.
23 און איך האָב געװעסט געזאָגט אין מײַן האַסט:
איך בין פֿאַרשניטן פֿון קעגן דײַנע אױגן.
אָבער האָסט געהערט דעם קֹול פֿון מײַנע געבעטן,
אַז איך האָב געשריִען צו דיר.
24 האָט ליב ה׳, איר אַלע זײַנע פֿרומע;
די געטרײַע טוט אָפּהיטן ה׳,
און באַצאָלט מיט אַן איבערמאָס דעם װאָס טוט האָפֿערדיק.
25 זײַט שטאַרק, און זאָל פֿעסט זײַן אײַער האַרץ,
איר אַלע װאָס האָפֿט צו ה׳.