Pular para o conteúdo
Publicidade

Trabalho

Por Bíblia Online

O trabalho é uma ordenança divina desde a criação. Deus colocou o homem no jardim para cultivar e guardar, revelando que o labor é parte do propósito humano e um meio de glorificá-lo.

Trabalho como vocação divina

Deus nos criou para trabalhar com propósito. O trabalho é expressão da imagem divina em nós e deve ser feito como para o Senhor.

Diligência e recompensa

A mão diligente enriquece, mas a preguiça traz pobreza. A Bíblia valoriza o esforço honesto, dedicado e perseverante em toda obra.

אָרים איז דער װאָס אַרבעט מיט אַן אָפּגעלאָזטער האַנט,

און די האַנט פֿון די פֿלײסיקע װערט רײַך.

די האַנט פֿון די פֿלײסיקע װעט געװעלטיקן,

און די אָפּגעלאָזטע װעט װערן צו צינדז.

די האַנט פֿון די פֿלײסיקע װעט געװעלטיקן,

און די אָפּגעלאָזטע װעט װערן צו צינדז.

אין יעטװעדער אָנשטרענג איז דאָ אַ נוץ,

אָבער ליפּנגערײד איז בלױז צום שאָדן.

גײ צו דער מוראַזשקע, דו פֿױלער,

זע אירע װעגן, און װער קלוג;

הגם זי האָט נישט קײן האַר,

קײן אױפֿזעער און קײן געװעלטיקער,

גרײט זי אָן אום זומער איר ברױט,

האָט זי אָנגעקליבן אין שניטצײַט איר שפּײַז.

ביז װאַנען, דו פֿױלער, װעסטו ליגן?

װען װעסטו אױפֿשטײן פֿון דײַן שלאָף?

נאָך אַ ביסל שלאָף, נאָך אַ ביסל דרעמלען,

נאָך אַ ביסל ליגן מיט פֿאַרלײגטע הענט;

און קומען װי אַ גײ-חיל װעט דײַן אָרימקײט,

און דײַן נױט װי אַ געפּאַנצערטער מאַן.

אױך דער װאָס איז אָפּגעלאָזט אין זײַן אַרבעט,

איז אַ ברודער צו אַ מאַן אַן אױסברענגער.

זאָלסט נישט ליב האָבן שלאָף, כּדי זאָלסט נישט פֿאַראָרימט װערן,

האַלט דײַנע אױגן אָפֿן, װעסטו האָבן ברױט צו זאַט.

אַ רײַכטום פֿון דער לופֿט װערט געמינערט,

אָבער דער װאָס קלײַבט ביסלעכװײַז פֿאַרמערט.

די ברכה פֿון ה׳, זי מאַכט רײַך,

מע דאַרף צו מאָל נישט צולײגן מי דערבײַ.

Planejamento e excelência

A excelência no trabalho honra a Deus. Devemos nos dedicar com competência, entregar nossos planos ao Senhor e buscar o melhor em cada tarefa.

לײג אַרױף דײַנע טוּונגען אױף ה׳,

און דײַנע מחשבֿות װעלן צו שטאַנד קומען.

לײג אַרױף דײַנע טוּונגען אױף ה׳,

און דײַנע מחשבֿות װעלן צו שטאַנד קומען.

זעסטו אַ מענטשן פֿלינק אין זײַן אַרבעט,

װעט ער שטײן פֿאַר מלכים;

ער װעט נישט שטײן פֿאַר נידעריקע.

אַלץ װאָס דײַן האַנט פֿאַרמאָגט צו טאָן מיט דײַן כּוֹח, טו, װאָרעם נישטאָ קײן טאָן, אָדער אױסרעכענונג, אָדער קענשאַפֿט, אָדער חכמה, אין דער שְׁאֹול װאָס דו גײסט אַהין.

O contentamento no trabalho

Deus nos dá a capacidade de desfrutar do nosso trabalho. Poder comer, beber e encontrar satisfação em nosso labor é um dom divino.

איך װײס אַז נישטאָ בעסערס פֿאַר זײ, װי נאָר זיך צו פֿרײען, און זיך װױל צו טאָן, אין זײער לעבן. אָבער אױך אַז עמעצער אַ מענטש עסט און טרינקט, און האָט װױלטאָג פֿאַר אַל זײַן מי, איז דאָס אַ מתּנה פֿון אלֹקים.

און איטלעכער מענטש װאָס אלֹקים שענקט אים עשירות און גיטער, און גיט אים שליטה צו עסן דערפֿון, און צו נעמען זײַן חלק, און זיך װױל צו טאָן פֿאַר זײַן מי, איז דאָס אַ מתּנה פֿון אלֹקים.

יאָ, ער דאַרף געדענקען אַז די טעג פֿון זײַן לעבן זײַנען נישט פֿיל װען אלֹקים באַװערט אים נאָך די פֿרײד פֿון זײַן האַרצן.

בעסער צװײ אײדער אײנער, װאָרעם זײ האָבן אַ גוטן לױן פֿאַר זײער מי.

פֿאַראַן אײנער, אָן אַ צװײטן צו זיך; צו מאָל אַ זון אָדער אַ ברודער האָט ער נישט, פֿון דעסט װעגן איז נישטאָ קײן ענד צו זײַן מיִעניש, און זײַן אױג קען זיך נישט אָנזעטן מיט עשירות, און פֿאַר װעמען מי איך מיך, און מינער זיך פֿון גוטס? דאָס אױך איז נישטיקײט, און עס איז אַ שלעכטער ענין.

און איך האָב געזען יעטװעדער מי, און יעטװעדער בריהשאַפֿט אין אַרבעט, אַז דאָס איז אױס קנאה פֿון אײנעם צום אַנדערן. דאָס אױך איז נישטיקײט און װינטיאָגעניש.

A responsabilidade cristã

O cristão deve trabalhar com suas próprias mãos, viver dignamente e ser exemplo de dedicação. Quem não trabalha, não coma.

און זאָל די ליבלעכקײט פֿון אֲדֹנָי אלוקינו זײַן אױף אונדז;

און באַפֿעסטיק פֿאַר אונדז דאָס װערק פֿון אונדזערע הענט,

יאָ, דאָס װערק פֿון אונדזערע הענט, באַפֿעסטיק עס.

Seja o primeiro