Pular para o conteúdo
Publicidade

דָניאֵל 3

28 האָט אױסגערופֿן נבֿוכַדנֶצַר און האָט געזאָגט: געלױבט איז אלוקי שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן, װאָס ער האָט געשיקט זײַן מלאך, און האָט מציל געװען זײַנע קנעכט װאָס האָבן זיך פֿאַרלאָזט אױף אים, און האָבן געטאָן אַנדערש װי דעם מלכס װאָרט, און אָפּגעגעבן זײערע לײַבער, כּדי זײ זאָלן נישט דינען און זיך נישט בוקן צו קײן ג-ט אַחוץ צו זײער ג-ט. 29 פֿון מיר װערט געגעבן אַ באַפֿעל אַז יעטװעדער פֿאָלק, אומה, און לשון, װאָס װעט רעדן מיט אומכּבֿוד אױף דעם ג-ט פֿון שַדרַכן, מֵישַכן, און עַבֿד-נגוֹן, זאָל אין שטיקער צעריסן װערן, און זײַן הױז זאָל געמאַכט װערן פֿאַר אַ מיסטהױפֿן; װאָרעם עס איז נישטאָ קײן אַנדער ג-ט װאָס קען אַזױ מציל זײַן.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também