Ânimo
O ânimo vem de Deus. Ele nos fortalece, nos encoraja e renova nossas forças. Quando o desânimo chega, as promessas de Deus nos levantam e nos impulsionam a seguir em frente.
פֿון דָוִדן.
ה׳ איז מײַן ליכט און מײַן הילף,
פֿאַר װעמען זאָל איך מורא האָבן?
ה׳ איז די פֿעסטונג פֿון מײַן לעבן,
פֿאַר װעמען זאָל איך אַנגסטן?
אָבער די הילף פֿון די צדיקים איז פֿון ה׳,
זײער פֿעסטונג אין צײַט פֿון נױט.
אין טאָג װאָס איך האָב גערופֿן האָסטו מיר געענטפֿערט,
האָסט מיר געמוטיקט מיט שטאַרקײט מײַן זעל.
װאָרעם איך װײס די טראַכטונגען װאָס איך טראַכט װעגן אײַך, זאָגט ה׳, טראַכטונגען פֿון פֿריד, און נישט צום בײזן, כּדי אײַך צו געבן אַ צוקונפֿט און אַ האָפֿענונג.
האָט געענטפֿערט דאָס פֿאָלק און האָט געזאָגט: חלילה אונדז צו פֿאַרלאָזן ה׳, כּדי צו דינען פֿרעמדע ג-טער! װאָרעם ה׳ אלוקינו איז דער װאָס האָט אױפֿגעבראַכט אונדז און אונדזערע עלטערן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט, און װאָס האָט געטאָן פֿאַר אונדזערע אױגן די דאָזיקע גרױסע צײכנס, און האָט אונדז אָפּגעהיט אױף דעם גאַנצן װעג װאָס מיר זײַנען געגאַנגען אױף אים, און צװישן אַלע פֿעלקער װאָס מיר זײַנען דורכגעגאַנגען דורך זײ.