Buscar a Deus
Buscar a Deus é o chamado mais urgente da Bíblia. Buscai primeiro o Reino de Deus. Os que buscam de todo coração encontram — porque Ele se deixa encontrar pelos que o procuram.
Buscai ao Senhor
Buscai ao Senhor enquanto se pode achar. Buscai e achareis. O Senhor recompensa os que o buscam com diligência.
זוכט ה׳ װען ער קען געפֿונען װערן,
רופֿט אים װען ער איז נאָנט.
זוכט ה׳ װען ער קען געפֿונען װערן,
רופֿט אים װען ער איז נאָנט.
איך בין געװען צו דערבעטן
פֿאַר די װאָס האָבן נישט געפֿרעגט;
איך בין געװען צו געפֿינען
פֿאַר די װאָס האָבן מיך נישט געזוכט;
איך האָב געזאָגט: דאָ בין איך, דאָ בין איך!
צו אַ פֿאָלק װאָס רופֿט זיך נישט אױף מײַן נאָמען.
ער גיט דעם מידן כּוֹח,
און דעם אוממאַכטיקן מערט ער שטאַרקײט.
און יונגע לײַט װעלן מיד און מאַט װערן,
און יונגע װעלן שטרױכלען געשטרױכלט װערן;
אָבער די װאָס האָפֿן אױף ה׳ װעלן באַנײַען דעם כּוֹח,
זײ װעלן אױפֿהײבן פֿליגלען װי די אָדלערס;
זײ װעלן לױפֿן און נישט מיד װערן,
זײ װעלן גײן און נישט מאַט װערן.
פֿאָרשט ה׳ און זײַן שטאַרקײט,
זוכט זײַן פּנים תּמיד.
פֿאָרשט ה׳ און זײַן שטאַרקײט,
זוכט זײַן פּנים תּמיד.
און דו שלמה מײַן זון, װײס דעם ג-ט פֿון דײַן פֿאָטער, און דין אים מיט אַ גאַנצן האַרצן, און מיט אַ װיליקער זעל, װאָרעם אַלע הערצער פֿאָרשט ה׳, און יעטװעדער טראַכטעניש פֿון די געדאַנקען קען ער; אַז דו װעסט אים זוכן, װעט ער זיך לאָזן געפֿינען פֿון דיר, אָבער אַז דו װעסט אים פֿאַרלאָזן, װעט ער דיך אַװעקװאַרפֿן אױף אײביק.
און מײַן פֿאָלק װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים, װעט װערן אונטערטעניק, און זײ װעלן מתפּלל זײַן און בעטן פֿאַר מיר, און װעלן זיך אומקערן פֿון זײערע שלעכטע װעגן, װעל איך צוהערן פֿון הימל, און װעל פֿאַרגעבן זײער זינד, און װעל הײלן זײער לאַנד.
און ער איז אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן אָסאָן, און האָט צו אים געזאָגט: הערט מיך צו, אָסאָ, און גאַנץ יהוּדה, און בנימין: ה׳ איז מיט אײַך, אַז איר זײַט מיט אים; און אַז איר װעט אים זוכן, װעט ער זיך לאָזן געפֿינען פֿון אײַך; אָבער אַז איר װעט אים פֿאַרלאָזן, װעט ער אײַך פֿאַרלאָזן.
און עַזַריָהו דעם זון פֿון עוֹדֵדן, אױף אים איז געװען דער גײַסט פֿון אלֹקים. און ער איז אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן אָסאָן, און האָט צו אים געזאָגט: הערט מיך צו, אָסאָ, און גאַנץ יהוּדה, און בנימין: ה׳ איז מיט אײַך, אַז איר זײַט מיט אים; און אַז איר װעט אים זוכן, װעט ער זיך לאָזן געפֿינען פֿון אײַך; אָבער אַז איר װעט אים פֿאַרלאָזן, װעט ער אײַך פֿאַרלאָזן. און פֿיל טעג איז יִשׂרָאֵל געװען אָן דעם אמתן אלֹקים, און אָן אַ כּהן װאָס זאָל לערנען, און אָן אַ תּורה. אָבער אַז זײ האָבן אין זײער נױט זיך אומגעקערט צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, און האָבן אים געזוכט, האָט ער זיך געלאָזט געפֿינען פֿון זײ. און אין יענע צײַטן איז נישט געװען קײן פֿריד פֿאַר דעם אַרױסגײער און פֿאַר דעם אַרײַנגײער, װאָרעם גרױסע מהומות זײַנען געװען אױף אַלע באַװױנער פֿון די לענדער. און זײ זײַנען צעשלאָגן געװאָרן אַ פֿאָלק אָן אַ פֿאָלק, און אַ שטאָט אָן אַ שטאָט, װאָרעם אלֹקים האָט זײ פֿאַרטומלט מיט אַלערלײ צרות. אָבער איר זײַט שטאַרק, און זאָלן נישט אָפּגעשלאַפֿט װערן אײַערע הענט, װאָרעם אַ שׂכר איז דאָ פֿאַר אײַער טוּונג.
און װי אָסאָ האָט געהערט די דאָזיקע װערטער און די נבֿואה פֿון עוֹדֵד דעם נבֿיא, האָט ער זיך געשטאַרקט, און האָט אָפּגעשאַפֿט די אומװערדיקײטן פֿון גאַנצן לאַנד יהוּדה און בנימין, און פֿון די שטעט װאָס ער האָט באַצװוּנגען פֿון באַרג אפֿרים; און ער האָט באַנײַט דעם מזבח פֿון ה׳ װאָס פֿאַר דעם פֿאָדערהױז פֿון ה׳. און ער האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ יהוּדה און בנימין און די װאָס האָבן זיך אױפֿגעהאַלטן בײַ זײ פֿון אפֿרים און מנַשֶה, און פֿון שמעון; װאָרעם אַ סך זײַנען צוגעפֿאַלן צו אים פֿון יִשׂרָאֵל, װען זײ האָבן געזען אַז ה׳ זײַן ג-ט איז מיט אים. און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אין ירושָלַיִם אין דריטן חודש, אין פֿופֿצנטן יאָר פֿון אָסאָס מלוכה. און זײ האָבן געשלאַכט צו ה׳ אין יענעם טאָג, פֿון דעם רױב װאָס זײ האָבן געבראַכט, זיבן הונדערט רינדער, און זיבן טױזנט שאָף. און זײ זײַנען אַרײַן אין אַ ברית צו זוכן ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן מיט זײער גאַנצן האַרצן און מיט זײער גאַנצער זעל;
און אַז איטלעכער װאָס װעט נישט זוכן ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, זאָל געטײט װערן, סײַ קלײן סײַ גרױס, סײַ אַ מאַן סײַ אַ פֿרױ. און זײ האָבן געשװאָרן צו ה׳ אױף אַ הױכן קֹול, און מיט שאַלונג, און מיט טרומײטן, און מיט שוֹפֿרות. און גאַנץ יהוּדה האָבן זיך געפֿרײט מיט דער שבֿועה; װאָרעם מיט זײער גאַנצן האַרצן האָבן זײ געשװאָרן, און מיט זײער גאַנצן רצון האָבן זײ אים געזוכט; און ער האָט זיך געלאָזט געפֿינען פֿון זײ, און ה׳ האָט זײ באַרוט פֿון רונד אַרום.
און אױך מַעֲכָה די מוטער פֿון דעם מלך אָסאָן האָט ער אָפּגעטאָן פֿון זײַן אַ האַרנטע, װײַל זי האָט געמאַכט אַ פֿאַרזעעניש צו דער אַשֵרָה. און אָסאָ האָט אָפּגעהאַקט איר פֿאַרזעעניש, און צעמאָלן, און פֿאַרברענט בײַם טײַך קִדרוֹן. אָבער די בָמות זײַנען נישט אָפּגעטאָן געװאָרן פֿון יִשׂרָאֵל; נאָר אָסאָס האַרץ איז געװען גאַנץ אַלע זײַנע טעג.
און ער האָט געבראַכט די געהײליקטע זאַכן פֿון זײַן פֿאָטער, און זײַנע אײגענע געהײליקטע זאַכן, אין הױז פֿון אלֹקים, זילבער און גאָלד, און כּלים.
און קײן מלחמה איז מער נישט געװען ביז דעם פֿינף און דרײַסיקסטן יאָר פֿון אָסאָס מלוכה.
De todo o coração
Buscar-me-eis e me achareis quando me buscardes de todo o coração. O Senhor é bom para os que o buscam.
און איר װעט מיך זוכן און געפֿינען, אַז איר װעט מיך פֿאָרשן מיט אײַער גאַנצן האַרצן.
און איר װעט מיך זוכן און געפֿינען, אַז איר װעט מיך פֿאָרשן מיט אײַער גאַנצן האַרצן.
פֿאַר װאָר, מײַן װאָרט איז אַזױ װי פֿײַער, זאָגט ה׳, און װי אַ האַמער װאָס צעהאַקט פֿעלדז.
און איר װעט זוכן פֿון דאָרטן ה׳ אלוקיכם; און װעסט אים געפֿינען, אַז דו װעסט אים זוכן מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל.
װױל צו די װאָס היטן זײַנע צײגנים,
װאָס זוכן אים מיטן גאַנצן האַרצן,
װױל צו די װאָס היטן זײַנע צײגנים,
װאָס זוכן אים מיטן גאַנצן האַרצן,
מיט מײַן גאַנצן האַרצן האָב איך דיך געזוכט;
לאָז מיך נישט אַװעקבלאָנדזשען פֿון דײַנע געבאָט.
מײַן זעל טרערט פֿון קומער;
ריכט מיך אױף לױט דײַן װאָרט.
און לאָמיך אומגײן אין דערברײטערניש
װאָרעם דײַנע באַפֿעלן האָב איך געזוכט.
פֿאָרשט ה׳ און זײַן שטאַרקײט,
זוכט זײַן פּנים תּמיד.
פֿאָרשט ה׳ און זײַן שטאַרקײט,
זוכט זײַן פּנים תּמיד.
מײַן האַרץ זאָגט פֿאַר דיר: זוכט מײַן פּנים!
דײַן פּנים, ה׳, טו איך זוכן.
אַ מיזמור פֿון דָוִדן, װען ער איז געװען אין דער מדבר פֿון יהוּדה.
Buscar e encontrar
Pedi e dar-se-vos-á. O Senhor está perto de todos os que o invocam em verdade. Quem o busca não ficará insatisfeito.
און ה׳ װעט זײַן אַ פֿעסטונג דעם געדריקטן,
אַ פֿעסטונג אין צײַטן פֿון נױט.
און ה׳ װעט זײַן אַ פֿעסטונג דעם געדריקטן,
אַ פֿעסטונג אין צײַטן פֿון נױט.
גרײסט ה׳ מיט מיר,
און לאָמיר דערהײבן זײַן נאָמען אין אײנעם.
פֿאָרכט ה׳, איר זײַנע הײליקע,
װאָרעם זײַנע פֿאָרכטער װעט נישט פֿעלן.
און קװיק זיך מיט ה׳,
און ער װעט דיר געבן די פֿאַרלאַנגען פֿון דײַן האַרצן.
ה׳ האָט פֿון הימל געלוגט אױף די מענטשנקינדער,
צו זען אױב פֿאַראַן אַ פֿאַרשטאַנדיקער װאָס זוכט אלֹקים.
פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן אַ מיזמור.
ה׳, דו האָסט מיך אױסגעפֿאָרשט, און קענסט מיך.
דו װײסט מײַן זיצן און מײַן אױפֿשטײן,
פֿאַרשטײסט מײַן טראַכטונג פֿון דער װײַטן.
ער װעט קריגן אַ ברכה פֿון ה׳,
און גענאָד פֿון דעם אלֹקים פֿון זײַן הילף.
דאָס איז דער דור פֿון די װאָס פֿאָרשן אים,
װאָס זוכן דײַן פּנים אָ יעקבֿ.
סֶלָה.
Força na busca
Buscai o bem e não o mal. Sede fortalecidos no Senhor. A busca por Deus traz renovação e plenitude de vida.
װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט צום הױז פֿון יִשׂרָאֵל:
זוכט מיך, און לעבט;
װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט צום הױז פֿון יִשׂרָאֵל:
זוכט מיך, און לעבט;
זוכט גוטס און נישט שלעכטס,
כּדי איר זאָלט לעבן,
און ה׳, אלוקי צבָֿאוֹת, װעט זײַן מיט אײַך,
אַזױ װי איר פֿאַרלאַנגט.
זאָל ג-ט באַצאָלן דײַן טוּונג, און דײַן שׂכר זאָל זײַן פֿאַרפֿול פֿון ה׳ דעם אלוקי יִשׂרָאֵל, װאָס דו ביסט געקומען זיך באַשיצן אונטער זײַנע פֿליגלען.
איז געקומען אױף אים גײַסט פֿון ה׳, און ער האָט אים צעריסן, אַזױ װי מע צערײַסט אַ ציקעלע; און קײן זאַך איז נישט געװען אין זײַן האַנט. און ער האָט נישט דערצײלט זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער װאָס ער האָט געטאָן.
האָט שמשון גערופֿן צו ה׳, און האָט געזאָגט: ה׳ דו אֲדֹנָי, דערמאָן זיך אָן מיר, איך בעט דיך, און שטאַרק מיך, איך בעט דיך, נאָר דאָס מאָל, האלֹקים, און לאָמיך זיך נוקם זײַן אײן מאָל אַ נקמה פֿאַר מײַנע בײדע אױגן אָן די פּלִשתּים.
בעסער זיך באַשיצן אין ה׳,
אײדער זיך פֿאַרזיכערן אױף אַ מענטשן.
בעסער זיך באַשיצן אין ה׳,
אײדער זיך פֿאַרזיכערן אױף פֿירשטן.
דער װאָס האָט געפֿונען אַ װײַב, האָט געפֿונען גוטס,
און קריגט באַװיליקונג פֿון ה׳.
אַזױ, זײַ װיסן, איז חכמה פֿאַר דײַן זעל,
אַז דו האָסט זי געפֿונען װעט זײַן אַ גוטע לעצט,
און דײַן האָפֿענונג װעט נישט פֿאַרשניטן װערן.