1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן.
דער נאַר זאָגט אין זײַן האַרצן: נישטאָ קײן אלֹקים!
פֿאַרדאָרבן זײַנען זײ, אומװערדיק באַגײען זײ זיך,
קײנער טוט נישט קײן גוטס.
2 ה׳ האָט פֿון הימל געלוגט אױף די מענטשנקינדער,
צו זען אױב פֿאַראַן אַ פֿאַרשטאַנדיקער װאָס זוכט אלֹקים.
3 איטלעכער איז אָפּגעקערט, אַלע זײַנען זײ פֿאַרדאָרבן,
קײנער טוט נישט קײן גוטס, נישט צו מאָל אײנער.
4 פֿאַר װאָר, דערשפּירן װעלן אַלע טוער פֿון אומרעכט,
די װאָס עסן מײַן פֿאָלק װי מע עסט ברױט,
די װאָס רופֿן נישט ה׳.
5 אָן אַנגסטן זײ אין אַנגסט,
װאָרעם אלֹקים איז מיט דעם גערעכטן דור.
6 די טראַכטונג פֿון אָרעמאַן מאַכט איר צו שאַנד,
אָבער ה׳ איז זײַן באַשיצונג.
7 װען קומט פֿון צִיוֹן די ישועה פֿון יִשׂרָאֵל!
װען ה׳ קערט אום די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון זײַן פֿאָלק,
װעט לוסטיק זײַן יעקבֿ, װעט זיך פֿרײען יִשׂרָאֵל.