Filhos
Os filhos são herança do Senhor — bênção e responsabilidade sagrada. A Bíblia orienta sobre a criação dos filhos com amor, disciplina e instrução nos caminhos de Deus.
Herança do Senhor
Os filhos são herança do Senhor e o fruto do ventre é seu galardão. Bem-aventurado o homem que enche deles a sua aljava.
זע, די אַרב פֿון ה׳ זײַנען קינדער,
דער *שׂכַר איז פֿרוכט פֿון לײַב.
װי פֿײַלן אין דער האַנט פֿון גיבור,
אַזױ זײַנען קינדער פֿון דער יוגנט.
װױל צו דעם מאַן
װאָס האָט אָנגעפֿילט זײַן פֿײַלבײַטל מיט זײ!
זײ װעלן נישט פֿאַרשעמט װערן,
אַז זײ װעלן רעדן מיט די פֿײַנט אין טױער.
אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
װױל צו איטלעכן װאָס פֿאָרכט ה׳,
װאָס גײט אין זײַנע װעגן.
די מי פֿון דײַנע הענט אַז דו עסט,
װױל איז צו דיר, און גוט איז צו דיר.
דײַן װײַב װי אַ פֿרוכטיקער װײַנשטאָק,
אין די װינקלען פֿון דײַן הױז;
דײַנע קינדער װי אײלבערטפֿלאַנצן,
רונד אַרום דײַן טיש.
יאָ, אָט אַזױ װערט געבענטשט
דער מאַן װאָס פֿאָרכט ה׳.
אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
װױל צו איטלעכן װאָס פֿאָרכט ה׳,
װאָס גײט אין זײַנע װעגן.
די מי פֿון דײַנע הענט אַז דו עסט,
װױל איז צו דיר, און גוט איז צו דיר.
דײַן װײַב װי אַ פֿרוכטיקער װײַנשטאָק,
אין די װינקלען פֿון דײַן הױז;
דײַנע קינדער װי אײלבערטפֿלאַנצן,
רונד אַרום דײַן טיש.
װאָס אונדזערע זין זײַנען װי אױפֿגעװאַקסענע פֿלאַנצן אין זײער יוגנט;
אונדזערע טעכטער װי װינקלזײַלן
געשניצט לױט דעם בױ פֿון אַ הֵיכל;
מאַכטיק אין לאַנד װעט זײַן זײַן קינדער;
דער דור פֿון די רעכטפֿאַרטיקע װעט זײַן געבענטשט.
און אלֹקים האָט זײ געבענטשט, און אלֹקים האָט צו זײ געזאָגט: פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך, און פֿילט אָן די ערד, און באַצװינגט זי, און געװעלטיקט איבער די פֿיש פֿון ים, און איבער די פֿױגלען פֿון הימל, און איבער אַלעם לעבעדיקן װאָס קריכט אױף דער ערד.
געבענטשט די פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, און די פֿרוכט פֿון דײַן ערד, און די פֿרוכט פֿון דײַן בהמה, די געבורט פֿון דײַנע רינדער, און די פֿרוכפּערונג פֿון דײַנע שאָף.
װעסט זײַן געבענטשטער פֿון אַלע פֿעלקער; עס װעט נישט זײַן אַן עקר אָדער אַן עקרה צװישן דיר אָדער צװישן דײַנע בהמות.
Instruir e disciplinar
Instrui a criança no caminho em que deve andar, e quando envelhecer não se desviará dele. Disciplina é amor em ação.
געװײנען דעם ייִנגל אױף זײַן װעג;
אַפֿילו אַז ער װעט אַלט װערן, װעט ער זיך נישט אָפּקערן דערפֿון.
נאַרישקײט איז אײַנגעבונדן בײַ דעם ייִנגל אין האַרצן,
די שטראָפֿרוט װעט זי דערװײַטערן פֿון אים.
דער װאָס קאַרגט זײַן רוט, האָט פֿײַנט זײַן זון,
און דער װאָס האָט אים ליב, שטראָפֿט מוסר אים באַצײַטנס.
די רוט און מוסר גיבן חכמה,
און אַ לױזגעלאָזט ייִנגל ברענגט שאַנד זײַן מוטער.
זאָלסט נישט פֿאַרמײַדן שטראָף פֿון דעם ייִנגל;
אַז דו װעסט אים שלאָגן מיט דער רוט, װעט ער נישט שטאַרבן.
הערט צו, קינדער, דעם מוסר פֿון אַ פֿאָטער,
און פֿאַרנעמט, כּדי צו קענען פֿאַרשטאַנדיקײט.
די שפּריכװערטער פֿון שלמהן.
אַ זון אַ חכם דערפֿרײט זײַן פֿאָטער,
און אַ זון אַ נאַר איז דער קומער פֿון זײַן מוטער.
און די דאָזיקע װערטער װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט, זאָלן זײַן אין דײַן האַרצן; און זאָלסט זײ אײַנשאַרפֿן דײַנע קינדער, און זאָלסט רעדן פֿון זײ װען דו זיצסט אין דײַן הױז, און װען דו גײסט אין װעג, און װען דו לײגסט זיך, און װען דו שטײסט אױף.
O amor de Deus por crianças
Deixai vir a mim as crianças. Jesus acolheu, abençoou e honrou as crianças como modelo de fé e humildade.
װי אַ פֿאָטער דערבאַרעמט זיך אױף זײַנע קינדער,
אַזױ דערבאַרעמט זיך ה׳ אױף די װאָס פֿאָרכטן אים.
Bênção e promessa
O Senhor te abençoe e te guarde. Os filhos dos justos serão abençoados e suas gerações caminharão na retidão.
ה׳ זאָל דיך בענטשן, און דיך היטן!
ה׳ זאָל דערלײַכטן זײַן פּנים צו דיר, און דיך לײַטזעליקן!
ה׳ זאָל אױפֿהײבן זײַן פּנים צו דיר, און דיר באַשערן שלום!
און האלֹקים זאָל דיר געבן פֿון דעם טױ פֿון הימל,
און פֿון די פֿעטקײטן פֿון דער ערד,
און פֿיל תּבֿואה און װײַן.
פֿעלקער זאָלן דיר דינען,
און אומות זאָלן זיך בוקן צו דיר.
זײַ אַ האַר איבער דײַנע ברידער,
און די זין פֿון דײַן מוטער זאָלן זיך בוקן צו דיר.
פֿאַרשאָלטן די װאָס שילטן דיך,
און געבענטשט די װאָס בענטשן דיך!
װאָרעם איך װעל גיסן װאַסער אױף דאָרשטיק לאַנד,
און פֿלוסן אױף טריקעניש;
איך װעל אױסגיסן מײַן גײַסט אױף דײַן זאָמען,
און מײַן ברכה אױף דײַנע שפּראָצן.
און זײ װעלן שפּראָצן װי צװישן גראָז,
װי װערבעס בײַ בעכן װאַסער.
און אַלע דײַנע קינדער װעלן זײַן געלערנטע פֿון ה׳;
און גרױס װעט זײַן דער שלום פֿון דײַנע קינדער.
אײדער איך האָב דיך אין מוטערלײַב געפֿורעמט,
האָב איך דיר דערקענט,
און אײדער דו ביסט פֿון טראַכט אַרױס,
האָב איך דיך געהײליקט;
אַ נבֿיא פֿאַר די פֿעלקער האָב איך דיך געמאַכט.
און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך װעל זײ זײַן צום אלֹקים. און איך װעל זײ געבן אײן האַרץ, און אײן װעג מורא צו האָבן פֿאַר מיר אַלע טעג, כּדי זײ זאָל גוט זײַן, און זײערע קינדער נאָך זײ.
װאָרעם דו האָסט געפֿאַרמאָגן מײַנע נירן,
האָסט מיך געװעבט אין לײַב פֿון מײַן מוטער.
איך לױב דיך, װאָרעם מוראדיק װוּנדערלעך בין איך געמאַכט;
װוּנדערלעך זײַנען דײַנע װערק,
און מײַן זעל װײס דאָס װױל.
נישט פֿאַרהױלן איז געװען מײַן געבײן פֿאַר דיר,
װען איך בין געמאַכט געװאָרן אין פֿאַרבאָרגעניש,
געשטריקט געװאָרן אין טיפֿענישן פֿון דער ערד.
מײַן אומגעפֿורעמט לײַב האָבן געזען דײַנע אױגן;
יאָ, אין דײַן בוך װערן זײ אַלע אָנגעשריבן,
די טעג װען מע זאָל באַשאַפֿן װערן,
און אײנער צװישן זײ איז געװען פֿאַר אים.
פֿאַר װאָר, דו האָסט מיך אַרױסגעצױגן פֿון מוטערלײַב,
מיך פֿאַרזיכערט אױף מײַן מוטערס ברוסט.
איך בין יונג געװען און בין אַלט געװאָרן,
און איך האָב נישט געזען אַ צדיק פֿאַרלאָזן,
און זײַן זאָמען בעטלענדיק ברױט.
אַ גאַנצן טאָג איז ער לײַטזעליק און אַנטלײַט,
און זײַן זאָמען איז אַ בענטשונג.
װעלן מיר נישט פֿאַרהױלן פֿון זײערע קינדער;
דערצײלנדיק דעם שפּעטערדיקן דור
די לױבן פֿון ה׳ און זײַן שטאַרקײט,
און זײַנע װוּנדער װאָס ער האָט געטאָן.
די קרױן פֿון אַלטע לײַט זײַנען קינדס-קינדער,
און די צירונג פֿון קינדער זײַנען זײערע עלטערן.
אין זײַן ערלעכקײט גײט דער צדיק;
אַז װױל צו זײַנע קינדער נאָך אים!
Criação e obediência
Pais, criai vossos filhos na disciplina e instrução do Senhor. Filhos, obedecei a vossos pais — isto é justo e agradável a Deus.
האַלט אין כּבֿוד דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, כּדי דײַנע טעג זאָלן זיך לענגערן אױף דער ערד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר.
און אײַערע קלײנע קינדער, װאָס איר האָט געזאָגט, זײ װעלן זײַן צו רױב, און אײַערע זין, װאָס פֿאַרשטײען נאָך הײַנט נישט גוטס אָדער שלעכטס, זײ װעלן אַהין קומען, און צו זײ װעל איך עס געבן, און זײ װעלן עס אַרבן.