Pular para o conteúdo
Publicidade

Proximidade

Por Bíblia Online

Deus é próximo dos que o buscam. Ele não é um Deus distante, mas presente, íntimo e acessível a todo o que o invoca com sinceridade de coração.

Buscar a presença de Deus

A Bíblia nos exorta a buscar a face do Senhor continuamente. Quem se aproxima dele encontra plenitude de alegria e delícias perpétuas.

פֿאָרשט ה׳ און זײַן שטאַרקײט,

זוכט זײַן פּנים תּמיד.

פֿאָרשט ה׳ און זײַן שטאַרקײט,

זוכט זײַן פּנים תּמיד.

זוכט ה׳ װען ער קען געפֿונען װערן,

רופֿט אים װען ער איז נאָנט.

אײנס האָב איך פֿאַרלאַנגט פֿון ה׳,

דאָס טו איך בעטן:

איך זאָל זיצן אין הױז פֿון ה׳

אַלע טעג פֿון מײַן לעבן,

צו זען די ליבלעכקײט פֿון ה׳,

און זיך צו פֿעדערן אין זײַן הֵיכל.

אלֹקים אונדזער שילד, זע,

און קוק אױף דעם פּנים פֿון דײַן געזאַלבטן.

װעסט מיך מאַכן װיסן דעם װעג פֿון לעבן;

אַ זעטיקײט פֿון פֿרײדן איז פֿאַר דײַן פּנים,

תּענוגים אין דײַן רעכטער האַנט אײביק.

Deus está perto

O Senhor está perto dos que o invocam, dos quebrantados de coração e dos que clamam por socorro. Sua presença nos sustenta.

דער פּנים פֿון ה׳ איז קעגן די שלעכטסטוער.

צו פֿאַרשנײַדן פֿון דער ערד זײער געדעכעניש.

זײ האָבן געשריִען, און ה׳ האָט זײ צוגעהערט,

און פֿון אַלע זײערע צרות זײ מציל געװען.

נאָר גוטס און גענאָד װעלן מיר נאָכגײן

אַלע טעג פֿון מײַן לעבן,

און איך װעל זיצן אין ה׳ס הױז

אױף לאַנגע טעג.

A presença que nunca abandona

Deus promete nunca nos deixar. Ele permanece fiel, está conosco em todo tempo e envia o Espírito para habitar em nossos corações.

זאָל ה׳ אלוקינו זײַן מיט אונדז, אַזױ װי ער איז געװען מיט אונדזערע עלטערן; ער זאָל אונדז נישט פֿאַרלאָזן און נישט אַװעקװאַרפֿן;

אָבער אין דײַן גרױס דערבאַרעמונג האָסטו נישט געמאַכט פֿון זײ אַ פֿאַרלענדונג, און האָסט זײ נישט פֿאַרלאָזן, װאָרעם אַן אֵל אַ לײַטזעליקער און אַ דערבאַרעמדיקער ביסטו.

און ער איז דאָרטן געװען מיט ה׳ פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט; קײן ברױט האָט ער נישט געגעסן, און קײן װאַסער האָט ער נישט געטרונקען. און ער האָט אױפֿגעשריבן אױף די לוחות די װערטער פֿון דעם ברית, די צען געבאָט.

און עַזַריָהו דעם זון פֿון עוֹדֵדן, אױף אים איז געװען דער גײַסט פֿון אלֹקים. און ער איז אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן אָסאָן, און האָט צו אים געזאָגט: הערט מיך צו, אָסאָ, און גאַנץ יהוּדה, און בנימין: ה׳ איז מיט אײַך, אַז איר זײַט מיט אים; און אַז איר װעט אים זוכן, װעט ער זיך לאָזן געפֿינען פֿון אײַך; אָבער אַז איר װעט אים פֿאַרלאָזן, װעט ער אײַך פֿאַרלאָזן. און פֿיל טעג איז יִשׂרָאֵל געװען אָן דעם אמתן אלֹקים, און אָן אַ כּהן װאָס זאָל לערנען, און אָן אַ תּורה. אָבער אַז זײ האָבן אין זײער נױט זיך אומגעקערט צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, און האָבן אים געזוכט, האָט ער זיך געלאָזט געפֿינען פֿון זײ. און אין יענע צײַטן איז נישט געװען קײן פֿריד פֿאַר דעם אַרױסגײער און פֿאַר דעם אַרײַנגײער, װאָרעם גרױסע מהומות זײַנען געװען אױף אַלע באַװױנער פֿון די לענדער. און זײ זײַנען צעשלאָגן געװאָרן אַ פֿאָלק אָן אַ פֿאָלק, און אַ שטאָט אָן אַ שטאָט, װאָרעם אלֹקים האָט זײ פֿאַרטומלט מיט אַלערלײ צרות. אָבער איר זײַט שטאַרק, און זאָלן נישט אָפּגעשלאַפֿט װערן אײַערע הענט, װאָרעם אַ שׂכר איז דאָ פֿאַר אײַער טוּונג.

און װי אָסאָ האָט געהערט די דאָזיקע װערטער און די נבֿואה פֿון עוֹדֵד דעם נבֿיא, האָט ער זיך געשטאַרקט, און האָט אָפּגעשאַפֿט די אומװערדיקײטן פֿון גאַנצן לאַנד יהוּדה און בנימין, און פֿון די שטעט װאָס ער האָט באַצװוּנגען פֿון באַרג אפֿרים; און ער האָט באַנײַט דעם מזבח פֿון ה׳ װאָס פֿאַר דעם פֿאָדערהױז פֿון ה׳. און ער האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ יהוּדה און בנימין און די װאָס האָבן זיך אױפֿגעהאַלטן בײַ זײ פֿון אפֿרים און מנַשֶה, און פֿון שמעון; װאָרעם אַ סך זײַנען צוגעפֿאַלן צו אים פֿון יִשׂרָאֵל, װען זײ האָבן געזען אַז ה׳ זײַן ג-ט איז מיט אים. און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אין ירושָלַיִם אין דריטן חודש, אין פֿופֿצנטן יאָר פֿון אָסאָס מלוכה. און זײ האָבן געשלאַכט צו ה׳ אין יענעם טאָג, פֿון דעם רױב װאָס זײ האָבן געבראַכט, זיבן הונדערט רינדער, און זיבן טױזנט שאָף. און זײ זײַנען אַרײַן אין אַ ברית צו זוכן ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן מיט זײער גאַנצן האַרצן און מיט זײער גאַנצער זעל;

און אַז איטלעכער װאָס װעט נישט זוכן ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, זאָל געטײט װערן, סײַ קלײן סײַ גרױס, סײַ אַ מאַן סײַ אַ פֿרױ. און זײ האָבן געשװאָרן צו ה׳ אױף אַ הױכן קֹול, און מיט שאַלונג, און מיט טרומײטן, און מיט שוֹפֿרות. און גאַנץ יהוּדה האָבן זיך געפֿרײט מיט דער שבֿועה; װאָרעם מיט זײער גאַנצן האַרצן האָבן זײ געשװאָרן, און מיט זײער גאַנצן רצון האָבן זײ אים געזוכט; און ער האָט זיך געלאָזט געפֿינען פֿון זײ, און ה׳ האָט זײ באַרוט פֿון רונד אַרום.

און אױך מַעֲכָה די מוטער פֿון דעם מלך אָסאָן האָט ער אָפּגעטאָן פֿון זײַן אַ האַרנטע, װײַל זי האָט געמאַכט אַ פֿאַרזעעניש צו דער אַשֵרָה. און אָסאָ האָט אָפּגעהאַקט איר פֿאַרזעעניש, און צעמאָלן, און פֿאַרברענט בײַם טײַך קִדרוֹן. אָבער די בָמות זײַנען נישט אָפּגעטאָן געװאָרן פֿון יִשׂרָאֵל; נאָר אָסאָס האַרץ איז געװען גאַנץ אַלע זײַנע טעג.

און ער האָט געבראַכט די געהײליקטע זאַכן פֿון זײַן פֿאָטער, און זײַנע אײגענע געהײליקטע זאַכן, אין הױז פֿון אלֹקים, זילבער און גאָלד, און כּלים.

און קײן מלחמה איז מער נישט געװען ביז דעם פֿינף און דרײַסיקסטן יאָר פֿון אָסאָס מלוכה.

Seja o primeiro