1 אַ מִכתָּם פֿון דָוִדן.
באַהיט מיך, אֵל,
װאָרעם איך האָב מיך באַשיצט אין דיר.
2 האָסט געזאָגט צו ה׳: אֲדֹנָי ביסטו,
מײַן גוטס איז בלױז בײַ דיר.
3 די הײליקע װאָס זײַנען אױף דער ערד,
זײ זײַנען די פֿירשטן װאָס אַל מײַן באַגער איז צו זײ.
4 זאָלן מערן זײערע געצן די װאָס אײַלן צו אַן אַנדערן;
איך װעל נישט גיסן זײערע גיסאָפּפֿער פֿון בלוט,
און נישט נעמען זײערע נעמען אױף מײַנע ליפּן.
5 ה׳ איז מײַן באַשערטער טײל און מײַן בעכער;
דו האַלטסט אױף מײַן גורל.
6 חלקים זײַנען מיר צוגעפֿאַלן ליבלעכע,
יאָ, אַ שײנע נחלה איז מיר אָנגעקומען.
7 איך לױב ה׳, װאָס ער האָט מיר געראָטן,
יאָ, אין די נעכט האָבן מיך מײַנע נירן געלערנט.
8 איך האַלט ה׳ פֿאַר מיר תּמיד,
װאָרעם אַז ער איז בײַ מײַן רעכטער האַנט, װעל איך נישט אומפֿאַלן.
9 דערום איז פֿרײלעך מײַן האַרץ, און לוסטיק מײַן זעל,
אױך מײַן לײַב רוט אין זיכערקײט.
10 װאָרעם דו װעסט נישט איבערלאָזן מײַן נפֿש אין דעס שְׁאֹול,
דו װעסט נישט לאָזן דײַן חָסִיד
זען די פֿאַרדאָרבנקײט.
11 װעסט מיך מאַכן װיסן דעם װעג פֿון לעבן;
אַ זעטיקײט פֿון פֿרײדן איז פֿאַר דײַן פּנים,
תּענוגים אין דײַן רעכטער האַנט אײביק.