Descansar no Senhor
Descansar no Senhor é um ato de fé. Em um mundo agitado, Deus nos convida a entregar nossas ansiedades, aquietar o coração e confiar plenamente em sua provisão e cuidado.
O convite ao descanso
Jesus convida os cansados e sobrecarregados a irem a Ele e encontrar descanso para as suas almas. O jugo dele é leve.
האַר צו ה׳, און האָף צו אים,
זאָלסט זיך נישט ערגערן װעגן דעם װאָס איז מצליח אױף זײַן װעג,
װעגן דעם מאַן װאָס טוט ליסטיקײטן.
ער מאַכט אױפֿהערן מלחמות ביזן עק פֿון דער ערד,
דעם בױגן צעברעכט ער, און טוט צעהאַקן דעם שפּיז;
רײַטװעגן פֿאַרברענט ער אין פֿײַער.
בײַ אלֹקים איז מײַן הילף און מײַן כּבֿוד;
דער פֿעלדז פֿון מײַן שטאַרקײט, מײַן באַשיצונג איז אין אלֹקים.
Confiança e paz
Quem confia no Senhor encontra paz perfeita. A ansiedade perde o poder quando entregamos tudo nas mãos do Deus soberano.
דאָס געמיט װאָס פֿאַרלאָזט זיך
באַהיטסטו אין שלום;
אין שלום, װײַל עס גלױבט אין דיר.
װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט
אֲדֹנָי ה׳, דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל:
דורך תּשובֿה און מנוחה װעט איר געהאָלפֿן װערן,
אין רו און זיכערקײט װעט זײַן אײַער גבֿורה;
אָבער איר האָט נישט געװאָלט.
און דאָס װערק פֿון רעכטפֿאַרטיקײט װעט זײַן שלום,
און דער אױפֿטו פֿון רעכטפֿאַרטיקײט –
רו און זיכערקײט אױף אײביק.
אָבער די װאָס האָפֿן אױף ה׳ װעלן באַנײַען דעם כּוֹח,
זײ װעלן אױפֿהײבן פֿליגלען װי די אָדלערס;
זײ װעלן לױפֿן און נישט מיד װערן,
זײ װעלן גײן און נישט מאַט װערן.
Esperar no Senhor
Esperar no Senhor renova as forças. A Bíblia nos ensina que aquietar-se diante de Deus e confiar em seu tempo é marca da maturidade espiritual.
האָף צו ה׳, זײַ שטאַרק,
און זאָל פֿעסט זײַן דײַן האַרץ;
יאָ, האָף צו ה׳.
פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן אַ מיזמור.
גלאַט זײַנען די שמאַנטיקע רײד פֿון זײַן מױל,
און זײַן האַרץ איז מלחמה;
װײכער פֿון בױמל זײַנען זײַנע װערטער,
אָבער זײ זײַנען שװערדן בלױזע.
אָבער זײַט װיסן, אַז ה׳ שײדט אָפּ זײַן פֿרומען,
ה׳ װעט הערן אַז איך װעל רופֿן צו אים.
גוט איז ה׳ צו די װאָס האַרן אױף אים,
צו דער זעל װאָס טוט אים זוכן.
גוט איז מע זאָל האַרן אַ פֿאַרשװיגענער
אױף דער ישועה פֿון ה׳.
A fidelidade de Deus
Deus é fiel. Seus planos são de paz e esperança. Podemos descansar sabendo que Ele guarda e sustenta quem nele confia.
װאָרעם איך װײס די טראַכטונגען װאָס איך טראַכט װעגן אײַך, זאָגט ה׳, טראַכטונגען פֿון פֿריד, און נישט צום בײזן, כּדי אײַך צו געבן אַ צוקונפֿט און אַ האָפֿענונג. און איר װעט מיך רופֿן, און איר װעט גײן און װעט מתפּלל זײַן צו מיר, און איך װעל צוהערן צו אײַך. און איר װעט מיך זוכן און געפֿינען, אַז איר װעט מיך פֿאָרשן מיט אײַער גאַנצן האַרצן.
געבענטשט דער מאַן װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳,
און ה׳ איז זײַן פֿאַרזיכערונג!
װאָרעם ער װעט זײַן װי אַ בױם געפֿלאַנצט בײַ װאַסער,
װאָס בײַ אַ באַך לאָזט ער אַרױס זײַנע װאָרצלען,
און ער מערקט נישט װען עס קומט אַ היץ,
און זײַן בלאַט איז גרין,
און אין אַ יאָר פֿון טריקעניש דאגהט ער נישט,
און ער װעט נישט אױפֿהערן צו טראָגן פֿרוכט.
האָט ער געזאָגט: מײַן פּנים װעט מיטגײן, און איך װעל דיך באַרוען.
און אָסאָ האָט געהאַט אַ חיל װאָס האָט געטראָגן פּאַנצערס און שפּיזן, פֿון יהוּדה דרײַ הונדערט טױזנט; און פֿון בנימין, די װאָס האָבן געטראָגן אַ שילד און געשפּאַנט אַ בױגן, צװײ הונדערט און אַכציק טױזנט. די אַלע זײַנען געװען העלדישע גיבוֹרים.
װי זײ נידערן אַראָפּ צום עק שטאָט, אַזױ האָט שמוּאֵל געזאָגט צו שָאולן: זאָג דעם יונג, ער זאָל אַװעקגײן אונדז פֿאַרױס – און ער איז אַװעקגעגאַנגען – און דו שטײ אַקאָרשט, און איך װעל דיך לאָזן הערן דאָס װאָרט פֿון אלֹקים.