Pular para o conteúdo
Publicidade

Vida

Por Bíblia Online

A vida é um dom precioso de Deus. Desde a concepção até a eternidade, as Escrituras revelam o propósito, o valor e a plenitude da vida que o Senhor nos oferece.

Deus, o autor da vida

O Senhor é quem dá a vida e a sustenta. Cada ser humano foi formado por suas mãos com propósito e intenção divina.

האָט ה׳ אלֹקים געפֿורעמט דעם מענטשן פֿון שטױב פֿון דער ערד, און האָט אַרײַנגעבלאָזן אין זײַנע נאָזלעכער אַן אָטעם פֿון לעבן, און דער מענטש איז געװאָרן אַ לעבעדיקער נפֿש.

װאָרעם דו האָסט געפֿאַרמאָגן מײַנע נירן,

האָסט מיך געװעבט אין לײַב פֿון מײַן מוטער.

איך לױב דיך, װאָרעם מוראדיק װוּנדערלעך בין איך געמאַכט;

װוּנדערלעך זײַנען דײַנע װערק,

און מײַן זעל װײס דאָס װױל.

נישט פֿאַרהױלן איז געװען מײַן געבײן פֿאַר דיר,

װען איך בין געמאַכט געװאָרן אין פֿאַרבאָרגעניש,

געשטריקט געװאָרן אין טיפֿענישן פֿון דער ערד.

מײַן אומגעפֿורעמט לײַב האָבן געזען דײַנע אױגן;

יאָ, אין דײַן בוך װערן זײ אַלע אָנגעשריבן,

די טעג װען מע זאָל באַשאַפֿן װערן,

און אײנער צװישן זײ איז געװען פֿאַר אים.

זײ זעטן זיך מיט דער פֿעטקײט פֿון דײַן הױז,

און פֿון דעם טײַך פֿון דײַנע תּענוגים טרינקסטו זײ אָן.

איך װעל זינגען צו ה׳ כּל-זמן איך לעב,

איך װעל שפּילן צו מײַן ג-ט װי לאַנג איך בין.

A vida em Cristo

Jesus é o caminho, a verdade e a vida. Nele encontramos sentido, plenitude e a promessa de vida abundante e eterna.

Vivendo com sabedoria

A Bíblia nos orienta a viver com sabedoria, aproveitando bem o tempo, guardando o coração e buscando a vontade de Deus para cada dia.

לערן אונדז ריכטיק צו צײלן אונדזערע טעג,

כּדי מיר זאָלן קריגן אַ האַרץ פֿון חכמה.

הער, מײַן זון, און פֿאַרנעם מײַנע װערטער,

און דיר װעלן געמערט װערן יאָרן פֿון לעבן.

מער פֿון יעטװעדער היטונג פּאַס אױף דײַן האַרץ,

װאָרעם פֿון אים זײַנען די אַרױסגאַנגען פֿון לעבן.

מער פֿון יעטװעדער היטונג פּאַס אױף דײַן האַרץ,

װאָרעם פֿון אים זײַנען די אַרױסגאַנגען פֿון לעבן.

דער װאָס קױפֿט זיך אײַן שׂכל, האָט ליב זײַן זעל,

דער װאָס היט פֿאַרשטאַנדיקײט, װעט געפֿינען גוטס,

דער װאָס פּאַסט אױף זײַן מױל, פֿאַרהיט זײַן זעל,

דער װאָס שפּאַרט אױף זײַנע ליפּן, אױף אים װעט זײַן אַ בראָך.

אױפֿן װעג פֿון לעבן איז דער װאָס אַכט אױף מוסר,

און דער װאָס פֿאַרלאָזט שטראָפֿרײד פֿאַרבלאָנדזשעט.

מורא פֿאַר ה׳ איז אַ קװאַל פֿון לעבן,

זיך אָפּצוקערן פֿון די נעצן פֿון טױט.

דער װאָס יאָגט זיך נאָך גערעכטיקײט און גענאָד,

געפֿינט לעבן, הצלחה, און כּבֿוד.

A vida no dia a dia

Cada dia é uma oportunidade de glorificar a Deus. A Escritura nos chama a viver com propósito, confiança e fé prática.

דײַנע װעגן, ה׳, מאַך מיך װיסן,

דײַנע שטעגן לערן מיך.

נאָר גוטס און גענאָד װעלן מיר נאָכגײן

אַלע טעג פֿון מײַן לעבן,

און איך װעל זיצן אין ה׳ס הױז

אױף לאַנגע טעג.

מײַן לײַב און מײַן האַרץ גײט אױס,

דער פֿעלדז פֿון מײַן האַרצן און מײַן חלק איז אײביק אלֹקים.

ה׳ װעט דיך באַהיטן פֿון אַלעם בײז,

ער װעט באַהיטן דײַן זעל.

ה׳ װעט היטן דײַן גײן און דײַן קומען,

פֿון אַצונד און ביז אײביק.

נײַג צו דײַן אױער צו מיר,

זײַ מיך מציל געשװינט;

זײַ מיר פֿאַר אַ פֿעלדז פֿון באַשיצונג,

פֿאַר אַ באַפֿעסטיקט הױז מיך צו העלפֿן.

אײנס האָב איך פֿאַרלאַנגט פֿון ה׳,

דאָס טו איך בעטן:

איך זאָל זיצן אין הױז פֿון ה׳

אַלע טעג פֿון מײַן לעבן,

צו זען די ליבלעכקײט פֿון ה׳,

און זיך צו פֿעדערן אין זײַן הֵיכל.

האַר צו ה׳, און האָף צו אים,

זאָלסט זיך נישט ערגערן װעגן דעם װאָס איז מצליח אױף זײַן װעג,

װעגן דעם מאַן װאָס טוט ליסטיקײטן.

איך װעל אײביק נישט פֿאַרגעסן דײַנע באַפֿעלן,

װאָרעם מיט זײ האָסטו מיך אױפֿגעלעבט.

Prioridades e eternidade

Jesus nos lembra que a vida é mais que comida e o corpo mais que roupa. O que importa é buscar o Reino de Deus e viver para a eternidade.

אַלץ װאָס אָטעמט זאָל לױבן ג-ט.

הַלְלוּ יָהּ.

אױף אַלץ איז דאָ אַ שעה, און אַ צײַט פֿאַר איטלעכער זאַך אונטערן הימל:

װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט ליב צו האָבן ה׳ דײַן ג-ט, צו גײן אין זײַנע װעגן, און צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע חוקים און זײַנע געזעצן, כּדי זאָלסט לעבן און זיך מערן, און ה׳ דײַן ג-ט זאָל דיך בענטשן אין דעם לאַנד װאָס דו קומסט אַהין, עס צו אַרבן.

האַלט אין כּבֿוד דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, כּדי דײַנע טעג זאָלן זיך לענגערן אױף דער ערד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר.

די טעג פֿון אונדזערע יאָרן, זײ זײַנען זיבעציק יאָר,

און אַז אין גבֿורה, איז אַכציק יאָר;

און זײער שטאָלץ איז מאַטערניש און אומגליק;

װאָרעם גיך פֿאַרגײט עס, און מיר פֿליִען אַװעק.

איז מײַן האַרץ אין מיר הײס געװאָרן,

האָט אין מײַן געמיט זיך אַ פֿײַער צעברענט;

האָב איך גערעדט מיט מײַן צונג:

לאָז מיך װיסן, ה׳, מײַן סוף,

און די מאָס פֿון מײַנע טעג, װאָס זי איז,

לאָמיך װיסן װי פֿאַרגײיִק איך בין.

זע, װי אַ שפּאַן האָסטו געמאַכט מײַנע טעג,

און מײַן געדױער איז װי גאָרנישט קעגן דיר;

פֿאַר װאָר, אַ בלױזער הױך װאָס באַשטײט איז איטלעכער מענטש.

סֶלָה.

קומט, קינדער, הערט מיר צו,

מורא פֿאַר ה׳ װעל איך אײַך לערנען.

װער נאָר אַ מאַן װאָס װיל לעבן,

װאָס גאַרט טעג צו זען גוטס,

היט דײַן צונג פֿון שלעכטס,

און דײַנע ליפּן פֿון רעדן באַטרוג.

אַ שײנע קרױן איז אַ גראָער קאָפּ;

אױפֿן װעג פֿון גערעכטיקײט װערט זי געפֿונען.

װי אין װאַסער איז אַ פּנים קעגן אַ פּנים,

אַזױ איז דאָס האַרץ פֿון אַ מענטשן צו אַ מענטשן.

Seja o primeiro