Pular para o conteúdo
Publicidade

תְּהִלִּים 90

1 אַ תּפֿילה פֿון משה דעם מאַן פֿון ג-ט.

אֲדֹנָי, דו ביסט אונדז געװען באַשיצונג אין אַלע דורות.

2 אײדער די בערג זײַנען געבאָרן געװאָרן,

און דו האָסט באַשאַפֿן די ערד און די װעלט,

און פֿון אײביקײט ביז אײביקײט,

ביסט דו אֵל.

3 ברענגסט דעם מענטשן ביז דערשלאָגנקײט,

און זאָגסט: טוט תּשובֿה, איר מענטשנקינדער.

4 װאָרעם טױזנט יאָר איז אין דײַנע אױגן

װי דער נעכטיקער טאָג, װען ער איז פֿאַרגאַנגען,

און װי אַ װאַך אין דער נאַכט.

5 שטראָמסט זײ אַװעק,

װי אַ דרעמל װערן זײ;

אין פֿרימאָרגן װי גראָז געװאַקסן,

6 אין פֿרימאָרגן געבליט און געװאַקסן –

צום אָװנט אָפּגעשניטן און פֿאַרדאַרט.

7 װאָרעם מיר װערן פֿאַרלענדט אין דײַן כּעס,

און אין דײַן גרימצאָרן װערן מיר פֿאַרכאַפּט.

8 האַלטסט אונדזערע זינד אַנטקעגן דיר,

אונדזערע פֿאַרבאָרגענישן פֿאַרן ליכט פֿון דײַן פּנים.

9 װאָרעם אַלע אונדזערע טעג פֿאַרגײען אין דײַן גרימצאָרן,

מיר ענדיקן אונדזערע יאָרן אַזױ װי אַ הױך.

10 די טעג פֿון אונדזערע יאָרן, זײ זײַנען זיבעציק יאָר,

און אַז אין גבֿורה, איז אַכציק יאָר;

און זײער שטאָלץ איז מאַטערניש און אומגליק;

װאָרעם גיך פֿאַרגײט עס, און מיר פֿליִען אַװעק.

11 װער פֿאַרשטײט די מאַכט פֿון דײַן כּעס,

אַז װי דײַן מוֹראדיקײט אַזױ איז דײַן גרימצאָרן?

12 לערן אונדז ריכטיק צו צײלן אונדזערע טעג,

כּדי מיר זאָלן קריגן אַ האַרץ פֿון חכמה.

13 קער זיך אום, ה׳ – װי לאַנג נאָך? –

און דערבאַרים זיך אױף דײַנע קנעכט.

14 זעטיק אונדז אין פֿרימאָרגן מיט דײַן חֶסֶד,

כּדי מיר זאָלן זינגען און זײַן פֿרײלעך אין אַלע אונדזערע טעג.

15 דערפֿרײ אונדז װי די טעג װאָס דו האָסט אונדז געפּײַניקט,

די יאָרן װאָס מיר האָבן געזען בײז.

16 זאָל באַװיזן װערן דײַן טוּונג צו דײַנע קנעכט,

און דײַן פּראַכט אױף זײערע קינדער.

17 און זאָל די ליבלעכקײט פֿון אֲדֹנָי אלוקינו זײַן אױף אונדז;

און באַפֿעסטיק פֿאַר אונדז דאָס װערק פֿון אונדזערע הענט,

יאָ, דאָס װערק פֿון אונדזערע הענט, באַפֿעסטיק עס.

Todos os capítulos de תְּהִלִּים 150
  1. 1
  2. 2
  3. 3
  4. 4
  5. 5
  6. 6
  7. 7
  8. 8
  9. 9
  10. 10
  11. 11
  12. 12
  13. 13
  14. 14
  15. 15
  16. 16
  17. 17
  18. 18
  19. 19
  20. 20
  21. 21
  22. 22
  23. 23
  24. 24
  25. 25
  26. 26
  27. 27
  28. 28
  29. 29
  30. 30
  31. 31
  32. 32
  33. 33
  34. 34
  35. 35
  36. 36
  37. 37
  38. 38
  39. 39
  40. 40
  41. 41
  42. 42
  43. 43
  44. 44
  45. 45
  46. 46
  47. 47
  48. 48
  49. 49
  50. 50
  51. 51
  52. 52
  53. 53
  54. 54
  55. 55
  56. 56
  57. 57
  58. 58
  59. 59
  60. 60
  61. 61
  62. 62
  63. 63
  64. 64
  65. 65
  66. 66
  67. 67
  68. 68
  69. 69
  70. 70
  71. 71
  72. 72
  73. 73
  74. 74
  75. 75
  76. 76
  77. 77
  78. 78
  79. 79
  80. 80
  81. 81
  82. 82
  83. 83
  84. 84
  85. 85
  86. 86
  87. 87
  88. 88
  89. 89
  90. 90
  91. 91
  92. 92
  93. 93
  94. 94
  95. 95
  96. 96
  97. 97
  98. 98
  99. 99
  100. 100
  101. 101
  102. 102
  103. 103
  104. 104
  105. 105
  106. 106
  107. 107
  108. 108
  109. 109
  110. 110
  111. 111
  112. 112
  113. 113
  114. 114
  115. 115
  116. 116
  117. 117
  118. 118
  119. 119
  120. 120
  121. 121
  122. 122
  123. 123
  124. 124
  125. 125
  126. 126
  127. 127
  128. 128
  129. 129
  130. 130
  131. 131
  132. 132
  133. 133
  134. 134
  135. 135
  136. 136
  137. 137
  138. 138
  139. 139
  140. 140
  141. 141
  142. 142
  143. 143
  144. 144
  145. 145
  146. 146
  147. 147
  148. 148
  149. 149
  150. 150

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.