Pular para o conteúdo
Publicidade

Casa de Deus

Por Bíblia Online

A casa de Deus é lugar de adoração, refúgio e encontro com o Sagrado. A Bíblia exalta o tabernáculo, o templo e a igreja como morada do Altíssimo entre seu povo.

A presença de Deus

Quão amáveis são os teus tabernáculos! Uma coisa pedi ao Senhor: habitar na casa do Senhor todos os dias da minha vida.

אלֹקים אונדזער שילד, זע,

און קוק אױף דעם פּנים פֿון דײַן געזאַלבטן.

אײנס האָב איך פֿאַרלאַנגט פֿון ה׳,

דאָס טו איך בעטן:

איך זאָל זיצן אין הױז פֿון ה׳

אַלע טעג פֿון מײַן לעבן,

צו זען די ליבלעכקײט פֿון ה׳,

און זיך צו פֿעדערן אין זײַן הֵיכל.

די זינדיקע מעשׂים זײַנען צו שטאַרק פֿאַר מיר;

אונדזערע פֿאַרברעכן, זײ זאָלסט דו מכַפּר זײַן.

אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן.

איך פֿרײ זיך אַז מע זאָגט מיר:

לאָמיר גײן אין הױז פֿון ה׳.

נאָר גוטס און גענאָד װעלן מיר נאָכגײן

אַלע טעג פֿון מײַן לעבן,

און איך װעל זיצן אין ה׳ס הױז

אױף לאַנגע טעג.

און די צדיקים װעלן זען און װעלן פֿאָרכטן,

און זײ װעלן לאַכן איבער אים:

פֿאַרפֿרעמדט בין איך געװאָרן צו מײַנע ברידער,

און װילדפֿרעמד צו די זין פֿון מײַן מוטער.

O templo

Minha casa será chamada casa de oração. O zelo da tua casa me consumiu. O verdadeiro templo é o corpo do cristão.

אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

דער הימל איז מײַן טראָן,

און די ערד איז מײַן פֿוסבענקל;

װוּ איז דאָס הױז װאָס איר קענט מיר בױען?

און װוּ דער אָרט פֿון מײַן רוּונג?

אַז די אַלע האָט מײַן האַנט געמאַכט,

און אַזױ זײַנען די אַלע געװאָרן,

זאָגט ה׳.

אָבער אױף אַזעלכן טו איך קוקן:

אױף דעם אָרעמאַן און דערשלאָגענעם אין געמיט,

און דעם װאָס ציטערט איבער מײַן װאָרט.

האָט יעקבֿ זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון זײַן שלאָף, און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, ה׳ איז פֿאַראַן אין דעם דאָזיקן אָרט, און איך האָב נישט געװוּסט. און ער האָט מורא געהאַט, און האָט געזאָגט: װי מוֹראדיק איז דער דאָזיקער אָרט! דאָס איז נישט אַנדערש װי דאָס הױז פֿון אלֹקים, און דאָס איז דער טױער פֿון הימל.

Seja o primeiro