1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן.
איך פֿרײ זיך אַז מע זאָגט מיר:
לאָמיר גײן אין הױז פֿון ה׳.
2 אונדזערע פֿיס שטײען
אין דײַנע טױערן, ירושָלַיִם.
3 ירושָלַיִם װאָס איז אױפֿגעבױט װי אַ שטאָט
װאָס איז זיך באַהעפֿט אין אײנעם;
4 װאָס אַהין גײען אַרױף די שבֿטים,
די שבֿטים פֿון ה׳,
פֿאַר אַן צײגנים צו יִשׂרָאֵל,
צו דאַנקען דעם נאָמען פֿון ה׳.
5 װאָרעם דאָרטן שטײען טראָנען פֿון משפּט,
די טראָנען פֿון דָוִדס הױז.
6 בעט פֿאַר דעם שלום פֿון ירושָלַיִם;
זאָלן אין שלװה זײַן אַלע דײַנע ליבהאָבער.
7 זאָל זײַן שלום אין דײַן מױער,
שלװה אין דײַנע פּאַלאַצן.
8 פֿון װעגן מײַנע ברידער און מײַנע חבֿרים
לאָמיך זאָגן: שלום אין דיר!
9 פֿון װעגן דעם הױז פֿון ה׳ אלוקינו
װינטש איך דיר גוטס.