Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 69

1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף שוֹשַנים; פֿון דָוִדן.

2 העלף מיך, אלֹקים,

װאָרעם דאָס װאַסער איז געקומען ביז דער האַלדז.

3 איך בין אײַנגעזונקען אין אַ טיפֿן זומפּ,

און נישטאָ קײן באַשטאַנד;

איך בין געקומען אין טיפֿע װאַסערן,

און דער שטראָם האָט מיך פֿאַרפֿלײצט.

4 איך בין מיד פֿון מײַן רופֿן,

מײַן קעל איז פֿאַרטריקנט,

די אױגן גײען מיר אױס האַרנדיק אױף מײַן ג-ט.

5 מער װי די האָר פֿון מײַן קאָפּ

זײַנען מײַנע אומזיסטיקע שָׂונאים;

שטאַרק זײַנען מײַנע פֿאַרטיליקער, מײַנע פֿײַנט פֿאַר גאָרנישט;

װאָס איך האָב נישט געגזלט

מוז איך דערום אָפּגעבן.

6 אלֹקים, דו װײסט מײַן נאַרישקײט,

און מײַנע פֿאַרשולדיקונגען זײַנען פֿון דיר נישט פֿאַרהױלן.

7 זאָלן נישט אין ביוש בלײַבן דורך מיר דײַנע האָפֿער,

דו אֲדֹנָי ה׳ צבָֿאוֹת;

זאָלן נישט פֿאַרשעמט װערן דורך מיר דײַנע זוכער,

אלוקי יִשׂרָאֵל.

8 װאָרעם פֿון דײַנעט װעגן האָב איך געליטן חרפּה,

אַ שאַנד האָט באַדעקט מײַן פּנים.

9 פֿאַרפֿרעמדט בין איך געװאָרן צו מײַנע ברידער,

און װילדפֿרעמד צו די זין פֿון מײַן מוטער.

10 װאָרעם דער צאָרן פֿאַר דײַן הױז האָט מיך געגעסן,

און די לעסטערונגען פֿון דײַנע לעסטערער זײַנען געפֿאַלן אױף מיר.

11 און האָב איך אױסגעװײנט אין פֿאַסטן מײַן זעל,

איז דאָס מיר צו לעסטערונג געװאָרן.

12 און האָב איך געמאַכט זאַק מײַן קלײד,

בין איך בײַ זײ צום שפּריכװאָרט געװאָרן.

13 עס רעדן פֿון מיר די טױערזיצער,

און איך בין דאָס געזאַנג פֿון די װײַנטרינקער.

14 אָבער איך מײַן תּפֿילה צו דיר, ה׳, איז:

אַ שעה פֿון באַװיליקונג;

אלֹקים, אין דײַן גרױס גענאָד

ענטפֿער מיר מיט דײַן אמתער ישועה.

15 זײַ מיך מציל פֿון דעם לײם,

אַז איך זאָל נישט אײַנגעזונקען װערן;

לאָמיך ניצול װערן פֿון מײַנע פֿײַנט,

און פֿון די טיפֿע װאַסערן.

16 לאָז מיך נישט פֿאַרפֿלײצן דער שטראָם װאַסער,

און לאָז מיך נישט אײַנשלינגען די טיפֿעניש,

און לאָז נישט צומאַכן די גרוב איר מױל איבער מיר.

17 ענטפֿער מיר, ה׳, װאָרעם גוט איז דײַן חֶסֶד;

לױט דײַן גרױס דערבאַרעמונג קער זיך צו מיר.

18 און זאָלסט נישט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון דײַן קנעכט,

װאָרעם מיר איז ענג; ענטפֿער מיר גיך.

19 גענען צו מײַן זעל, לײז זי אױס,

קױף מיך אױס פֿון װעגן מײַנע פֿײַנט.

20 דו װײסט מײַן חרפּה און מײַן בושה און מײַן שאַנד,

פֿאַר דיר זײַנען אַלע מײַנע דריקער.

21 אַ חרפּה צעברעכט מײַן האַרץ, און איך בין חרובֿ;

און איך האָב געהאָפֿט אױף באַדױער, און נישטאָ,

און אױף טרײסטער, און נישט געפֿונען.

22 און זײ האָבן אַרײַנגעטאָן גיפֿט אין מײַן שפּײַז,

און פֿאַר מײַן דאָרשט גיבן זײ מיר טרינקען עסיק.

23 זאָל זײער טיש װאָס פֿאַר זײ, װערן פֿאַר אַ נעץ,

און אין מיטן פֿון פֿריד, פֿאַר אַ פּאַסטקע.

24 זאָלן זײערע אױגן פֿינצטער װערן נישט צו זען,

און זײערע לענדן מאַך װאַקלען תּמיד.

25 גיס אױס אױף זײ דײַן כּעס,

און דײַן גרימצאָרן זאָל זײ דערגרײכן.

26 זאָל זײער ישובֿ זײַן פֿאַרװיסט,

אין זײערע געצעלטן זאָל נישט זײַן קײן באַװױנער.

27 װאָרעם דעם װאָס דו האָסט געשלאָגן רודפֿן זײ,

און פֿון דעם װײטאָג פֿון דײַנע פֿאַרװוּנדטע דערצײלן זײ זיך.

28 לײג צו זינד אױף זײער זינד,

און זאָלן זײ נישט צוקומען צו דײַן גערעכטיקײט.

29 זאָלן זײ אױסגעמעקט װערן פֿון בוך פֿון די לעבעדיקע,

און מיט די גערעכטע זאָלן זײ נישט פֿאַרשריבן װערן.

30 אָבער איך בין אָרים און צעװײטאָקט,

זאָל דײַן הילף, אלֹקים, מיך דערהײכן.

31 איך װעל רימען דעם נאָמען פֿון אלֹקים מיט געזאַנג,

און װעל אים גרײסן מיט לױב.

32 און דאָס װעט זײַן בעסער בײַ ה׳

װי אַן אָקס אָדער יונגער אָקס באַהאָרנט, באַקלױט.

33 זאָלן זען די געדריקטע, און זיך פֿרײען;

איר װאָס זוכט אלֹקים, זאָל אױפֿלעבן אײַער האַרץ!

34 װאָרעם ה׳ הערט צו די באַדערפֿטיקע,

און זײַנע געפֿאַנגענע טוט ער נישט פֿאַראַכטן.

35 לױבן װעלן אים הימל און ערד,

די ימען און אַלץ װאָס װידמענט אין זײ.

36 װאָרעם אלֹקים װעט העלפֿן צִיוֹן,

און װעט בױען די שטעט פֿון יהוּדה,

און זײ װעלן זיך דאָרטן באַזעצן, און זי יַרשען.

37 און דער זאָמען פֿון זײַנע קנעכט װעט זי אַרבן,

און די ליבהאָבער פֿון זײַן נאָמען װעלן װױנען אין איר.

Veja também