1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן, 2 װען דוֹאֵג דער אַדוֹמי איז געקומען, און האָט דערצײלט שָאולן, און אים אָנגעזאָגט: דָוִד איז געקומען אין אַחימֶלֶכס הױז.
3 װאָס פּראָלסטו זיך מיט בײז, דו מאַכטיקער?
דער חֶסֶד פֿון אֵל איז אַלע טאָג.
4 אומגליקן טראַכט דײַן צונג,
װי אַ שאַרפֿער גאָלמעסער װאָס אַרבעט פֿאַלש.
5 האָסט ליב בײז מער װי גוטס,
ליגן אײדער רעדן גערעכטיקײט.
סֶלָה.
6 האָסט ליב אַלע גערײד פֿון צעשטערונג,
דו צונג פֿון באַטרוג.
7 װעט אױך אֵל דיך צעברעכן אױף אײביק,
דיך אַרױסשאַרן און אַרױסרײַסן פֿון געצעלט,
און דיך אױסװאָרצלען פֿון לאַנד פֿון די לעבעדיקע.
סֶלָה.
8 און די צדיקים װעלן זען און װעלן פֿאָרכטן,
און זײ װעלן לאַכן איבער אים:
9 אָן איז דער מאַן װאָס האָט נישט געמאַכט אלֹקים פֿאַר זײַן פֿעסטונג,
און האָט זיך פֿאַרזיכערט אױף זײַן גרױס עשירות;
װאָס איז פֿאַרשײַט געװען אין זײַן געריקײט.
10 אָבער איך בין װי אַ צװײַגהאַפֿטיקער אײלבערטבױם
אין דעם הױז פֿון אלֹקים,
איך פֿאַרזיכער מיך אױף ג-טס חֶסֶד אײביק און שטענדיק.
11 איך װעל אײביק דיר דאַנקען, װאָס דו האָסט זיך אײַנגעשטעלט,
און איך װעל האָפֿן צו דײַן נאָמען װײַל ער איז גוט,
אַנטקעגן פֿאַר דײַנע פֿרומע.