1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
2 ביז װאַנען, ה׳, װעסטו מיך תּמיד פֿאַרגעסן?
ביז װאַנען װעסטו פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר?
3 ביז װאַנען װעל איך האַלטן עצות בײַ זיך,
מיט קומער אין מײַן האַרצן דורכן טאָג?
ביז װאַנען װעט מײַן פֿײַנט זיך דערהײבן אױף מיר?
4 קוק-צו, ענטפֿער מיר, ה׳ מײַן ג-ט,
דערלײַכט מײַנע אױגן, איך זאָל נישט אײַנשלאָפֿן צום טױט;
5 מײַן פֿײַנט זאָל נישט זאָגן:
איך בין אים בײַגעקומען;
מײַנע שָׂונאים זאָלן זיך נישט פֿרײען,
אַז איך װעל אומפֿאַלן.
6 אָבער איך פֿאַרזיכער מיך אױף דײַן חֶסֶד;
מײַן האַרץ װעט זיך פֿרײען מיט דײַן הילף;
איך װעל זינגען צו ה׳,
װאָס ער האָט מיר גוטס געטאָן.