Coração
O coração é o centro do ser humano — sede dos pensamentos, emoções e decisões. A Bíblia ensina a guardar, purificar e render o coração a Deus como oferta viva.
Guardar o coração
Sobre tudo o que se deve guardar, guarda o teu coração, porque dele procedem as fontes da vida e de toda decisão.
מער פֿון יעטװעדער היטונג פּאַס אױף דײַן האַרץ,
װאָרעם פֿון אים זײַנען די אַרױסגאַנגען פֿון לעבן.
מער פֿון יעטװעדער היטונג פּאַס אױף דײַן האַרץ,
װאָרעם פֿון אים זײַנען די אַרױסגאַנגען פֿון לעבן.
פֿאַרזיכער זיך אױף ה׳ מיט דײַן גאַנצן האַרצן,
און אױף דײַן פֿאַרשטאַנדיקײט זאָלסטו זיך נישט אָנלענען.
פֿאַרזיכער זיך אױף ה׳ מיט דײַן גאַנצן האַרצן,
און אױף דײַן פֿאַרשטאַנדיקײט זאָלסטו זיך נישט אָנלענען.
אין אַלע דײַנע װעגן טו אים קענען,
און ער װעט גלײַך מאַכן דײַנע שטעגן.
מײַן זון, זאָלסט נישט פֿאַרגעסן מײַן לערנונג,
און מײַנע געבאָט זאָל היטן דײַן האַרץ.
װאָרעם אַריכת-ימים און יאָרן פֿון לעבן
און פֿריד װעלן זײ דיר צוגעבן.
גענאָד און אמת זאָלן דיך נישט פֿאַרלאָזן,
בינד זײ אַרום דײַן האַלדז,
שרײַב זײ אָן אױפֿן טאָװל פֿון דײַן האַרצן,
און געפֿין חֵן און גוטן שׂכל
אין די אױגן פֿון אלֹקים און פֿון לײַט.
אַ געזונט פֿאַרן לײַב איז אַ געלאַסן האַרץ,
און אַ פֿױלונג אין די בײנער איז קנאה.
דער קלוגהאַרציקער נעמט אָן באַפֿעלן,
און דער ליפּננאַר װערט געשטרױכלט.
Coração puro
Cria em mim um coração puro, ó Deus. Ensina-me a contar meus dias para que tenha um coração sábio.
זאָלסט מיך מאַכן הערן פֿרײד און לוסטיקײט;
זאָלן דערפֿרײט װערן די בײנער װאָס דו האָסט צעדריקט.
זאָלסט מיך מאַכן הערן פֿרײד און לוסטיקײט;
זאָלן דערפֿרײט װערן די בײנער װאָס דו האָסט צעדריקט.
לערן אונדז ריכטיק צו צײלן אונדזערע טעג,
כּדי מיר זאָלן קריגן אַ האַרץ פֿון חכמה.
אױך פֿאַרמײַד דײַן קנעכט פֿון מוטװיליקע,
זײ זאָלן נישט געװעלטיקן איבער מיר;
דענצמאָל װעל איך גאַנץ זײַן,
און װעל רײן זײַן פֿון פֿאַרברעך אַ סך.
האָט ליב ה׳, איר אַלע זײַנע פֿרומע;
די געטרײַע טוט אָפּהיטן ה׳,
און באַצאָלט מיט אַן איבערמאָס דעם װאָס טוט האָפֿערדיק.
און קװיק זיך מיט ה׳,
און ער װעט דיר געבן די פֿאַרלאַנגען פֿון דײַן האַרצן.
ער װעט אַכטן אױף אַלע דײַנע שפּײַזאָפּפֿער,
און דאָס פֿעטס פֿון דײַן בראַנדאָפּפֿער װעט ער אָננעמען.
סֶלָה.
װױל צו די װאָס היטן זײַנע צײגנים,
װאָס זוכן אים מיטן גאַנצן האַרצן,
איך װעל דיך לױבן מיט רעכטפֿאַרטיקײט פֿון האַרצן,
װען איך לערן דײַנע גערעכטע משפּטים.
מיט מײַן גאַנצן האַרצן האָב איך דיך געזוכט;
לאָז מיך נישט אַװעקבלאָנדזשען פֿון דײַנע געבאָט.
Buscar a Deus de coração
Amarás ao Senhor teu Deus de todo o coração. A busca sincera leva ao encontro; o coração dividido leva à ruína.
פֿאַרדרײטער פֿון אַלץ איז דאָס האַרץ,
און אומהײלבאַר איז עס – װער קען עס קאָנען?
פֿאַרדרײטער פֿון אַלץ איז דאָס האַרץ,
און אומהײלבאַר איז עס – װער קען עס קאָנען?
איך, ה׳, טו פֿאָרשן דאָס האַרץ,
טו פּרוּװן די נירן,
כּדי צו געבן איטלעכן לױט זײַנע װעגן,
לױט דער פֿרוכט פֿון זײַנע מעשׂים.
און איר װעט מיך זוכן און געפֿינען, אַז איר װעט מיך פֿאָרשן מיט אײַער גאַנצן האַרצן.
אָבער היט זײער צו טאָן דאָס געבאָט, און די תּורה, װאָס משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט אײַך געבאָטן, ליב צו האָבן ה׳ אלוקיכם, און צו גײן אין אַלע זײַנע װעגן, און צו היטן זײַנע געבאָט, און זיך צו באַהעפֿטן אָן אים, און אים צו דינען מיט אײַער גאַנצן האַרצן, און מיט אײַער גאַנצער זעל.
און איך װעל זײ געבן אײן האַרץ, און אַ נײַ גײַסט װעל איך אַרײַנגעבן אין אײַך; און איך װעל אָפּטאָן דאָס האַרץ פֿון שטײן פֿון זײער לײַב, און װעל זײ געבן אַ האַרץ פֿון פֿלײש;
און איך װעל אײַך געבן אַ נײַ האַרץ, און אַ נײַ גײַסט װעל איך אַרײַנגעבן אין אײַך, און איך װעל אָפּטאָן דאָס האַרץ פֿון שטײן פֿון אײַער לײַב, און װעל אײַך געבן אַ האַרץ פֿון פֿלײש.
Conhecer o coração
O homem olha para a aparência, mas o Senhor olha para o coração. Deus conhece os segredos mais profundos.
האָט ה׳ געזאָגט צו שמוּאֵלן: זאָלסט נישט קוקן אױף זײַן אױסזען, און אױף זײַן הױכן װוּקס, װאָרעם איך װיל אים נישט; װאָרעם עס איז נישט װי דער מענטש זעט; װײַל דער מענטש זעט נאָכן אָנבליק, אָבער ה׳ זעט נאָכן האַרצן.
האָט ה׳ געזאָגט צו שמוּאֵלן: זאָלסט נישט קוקן אױף זײַן אױסזען, און אױף זײַן הױכן װוּקס, װאָרעם איך װיל אים נישט; װאָרעם עס איז נישט װי דער מענטש זעט; װײַל דער מענטש זעט נאָכן אָנבליק, אָבער ה׳ זעט נאָכן האַרצן.
װי אין װאַסער איז אַ פּנים קעגן אַ פּנים,
אַזױ איז דאָס האַרץ פֿון אַ מענטשן צו אַ מענטשן.
אַ פֿרײלעך האַרץ איז אַ גוטע רפֿואה,
און אַ דערשלאָגן געמיט טריקנט אױס דאָס געבײן.
לײג אַרױף דײַנע טוּונגען אױף ה׳,
און דײַנע מחשבֿות װעלן צו שטאַנד קומען.