1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
2 ה׳ װעט דיר ענטפֿערן אין טאָג פֿון נױט,
דיך װעט שטאַרקן דער נאָמען פֿון אלוקי יעקבֿ.
3 ער װעט שיקן דײַן הילף פֿון הײליקטום,
און פֿון צִיוֹן װעט ער דיך אונטערלענען.
4 ער װעט אַכטן אױף אַלע דײַנע שפּײַזאָפּפֿער,
און דאָס פֿעטס פֿון דײַן בראַנדאָפּפֿער װעט ער אָננעמען.
סֶלָה.
5 ער װעט דיר געבן לױט דײַן האַרצן,
און דײַן יעטװעדער באַראָט װעט ער דערפֿילן.
6 מיר װעלן זינגען אין דײַן ישועה,
און אין נאָמען פֿון אלוקינו װעלן מיר אַ פֿאָן הײבן;
ה׳ װעט דערפֿילן אַלע דײַנע פֿאַרלאַנגען.
7 אַצונד װײס איך אַז ה׳ העלפֿט זײַן געזאַלבטן,
ער װעט אים ענטפֿערן פֿון זײַן הײליקן הימל,
מיט די באַהילפֿיקע גבֿורות פֿון זײַן רעכטער האַנט.
8 די מיט רײַטװעגן, און די מיט פֿערד,
אָבער מיר װעלן דערמאָנען דעם נאָמען פֿון ה׳ אלוקינו.
9 זײ בײגן זיך און פֿאַלן,
און מיר הײבן זיך און שטעלן זיך װידער.
10 העלף דו, ה׳!
זאָל דער קיניג אונדז ענטפֿערן אין טאָג װאָס מיר רופֿן.