Guardar o coração
Guardar o coração é o mandamento mais urgente de Provérbios. Sobre tudo o que se deve guardar, guarda o teu coração, porque dele procedem as fontes da vida.
Sobre tudo, guarda o coração
O coração é a nascente de tudo — pensamentos, desejos, decisões. Guardá-lo é proteger toda a vida espiritual e emocional.
מער פֿון יעטװעדער היטונג פּאַס אױף דײַן האַרץ,
װאָרעם פֿון אים זײַנען די אַרױסגאַנגען פֿון לעבן.
גיב מיר, מײַן זון, דײַן האַרץ,
און דײַנע אױגן זאָלן היטן מײַנע װעגן.
מײַן זון, זאָלסט נישט פֿאַרגעסן מײַן לערנונג,
און מײַנע געבאָט זאָל היטן דײַן האַרץ.
װאָרעם אַריכת-ימים און יאָרן פֿון לעבן
און פֿריד װעלן זײ דיר צוגעבן.
Coração puro e renovado
Cria em mim um coração puro, ó Deus. Os puros de coração verão a Deus — e o Espírito renova nosso interior.
זאָלסט מיך מאַכן הערן פֿרײד און לוסטיקײט;
זאָלן דערפֿרײט װערן די בײנער װאָס דו האָסט צעדריקט.
פֿאָרש מיך, אֵל, און דערקען מײַן האַרץ,
פּרוּװ מיך, און װײס מײַנע געדאַנקען;
און זע אױב אין מיר איז דאָ אַ פֿאַרדראָסיקער װעג,
און פֿיר מיך אין דעם אײביקן װעג.
פּרוּװ מיך, ה׳, און פּרוביר מיך,
לײַטער מײַנע נירן און מײַן האַרץ.
װאָרעם דײַן חֶסֶד איז פֿאַר מײַנע אױגן,
און איך גײ אין דײַן אמת.
האָסט געפּרוּװט מײַן האַרץ,
האָסט נאָכגעזוכט בײַ נאַכט,
האָסט מיך געלײַטערט, און נישט געפֿונען
איך זאָל טראַכטן װאָס דאַרף נישט אַריבער מײַן מױל.
אין מעשׂים פֿון מענטשן,
האָב איך, לױטן װאָרט פֿון דײַנע ליפּן,
מיך געהיט פֿון די װעגן פֿון דעם פֿאַרשײַטן.
מײַנע טריט האָבן זיך געהאַלטן אָן דײַנע שטעגן,
נישט אױסגעגליטשט האָבן זיך מײַנע פֿיס.
אַ נעץ האָבן זײ אָנגעברײט פֿאַר מײַנע טריט,
מע האָט אײַנגעבױגן מײַן זעל;
זײ האָבן געגראָבן פֿאַר מיר אַ גרוב,
זײַנען זײ אַלײן אַרײַנגעפֿאַלן אין איר.
סֶלָה.
Guardar com a Palavra
Não vos conformeis com este mundo. A Palavra de Deus guardada no coração nos protege do pecado e nos direciona.
דאָס דאָזיקע בוך פֿון דער תּורה זאָל זיך נישט אָפּטאָן פֿון דײַן מױל, און זאָלסט טראַכטן דערפֿון טאָג און נאַכט, כּדי זאָלסט היטן צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס שטײט געשריבן דערין; װאָרעם דענצמאָל װעסטו מצליח זײַן אין דײַנע װעגן, און דענצמאָל װעסטו באַגליקן.
מיט מײַן גאַנצן האַרצן האָב איך דיך געזוכט;
לאָז מיך נישט אַװעקבלאָנדזשען פֿון דײַנע געבאָט.
אין מײַן האַרצן האָב איך באַהאַלטן דײַן װאָרט,
כּדי איך זאָל נישט זינדיקן צו דיר.
און זאָלסט ליב האָבן ה׳ דײַן ג-ט מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל, און מיט דײַן גאַנצן כּוֹח. און די דאָזיקע װערטער װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט, זאָלן זײַן אין דײַן האַרצן;
האָט ער צו זײ געזאָגט: לײגט צו אײַער האַרץ צו אַלע װערטער װאָס איך זאָג אײַך הײַנט אָן, אַז איר זאָלט זײ באַפֿעלן צו אײַערע קינדער, צו היטן צו טאָן אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּורה.
Vigilância e paz
A paz de Deus guarda nossos corações em Cristo Jesus. Chegai-vos a Deus, purificai os corações — e Ele estará convosco.