1 פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; פֿון דָוִדן אַ מִכתָּם, װען ער איז אַנטלאָפֿן פֿון שָאולן אין דער הײל.
2 לײַטזעליק מיך, אלֹקים, לײַטזעליק מיך,
װאָרעם אין דיר האָט זיך געשיצט מײַן זעל,
און אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען װעל איך מיך שיצן
ביז די אומגליקן װעלן אַריבער.
3 איך װעל רופֿן צו אלֹקים עליון אױבערשטער,
צו אֵל װאָס פֿירט אױס פֿאַר מיר.
4 ער װעט שיקן פֿון הימל, און מיך העלפֿן,
מעג לעסטערן דער װאָס װיל מיך אײַנשלינגען,
סֶלָה;
אלֹקים װעט שיקן זײַן חֶסֶד און זײַן טרײַשאַפֿט.
5 מײַן זעל איז צװישן לײבן,
איך ליג צװישן מענטשנקינדער לָהוטע;
זײערע צײן זײַנען שפּיזן און פֿײַלן,
און זײער צונג אַ שװערד אַ שאַרפֿע.
6 דערהײב דיך איבער די הימלען, אלֹקים,
איבער דער גאַנצער ערד זאָל זײַן דײַן כּבֿוד.
7 אַ נעץ האָבן זײ אָנגעברײט פֿאַר מײַנע טריט,
מע האָט אײַנגעבױגן מײַן זעל;
זײ האָבן געגראָבן פֿאַר מיר אַ גרוב,
זײַנען זײ אַלײן אַרײַנגעפֿאַלן אין איר.
סֶלָה.
8 פֿעסט איז מײַן האַרץ, אלֹקים, פֿעסט איז מײַן האַרץ,
איך װעל זינגען און שפּילן.
9 דערװעק דיך, מײַן זעל,
דערװעק דיך, גיטאַר און האַרף;
לאָמיך אױפֿװעקן דעם באַגינען.
10 איך װעל דיך לױבן צװישן די פֿעלקער, אָ אֲדֹנָי,
איך װעל דיך באַזינגען צװישן די אומות.
11 װאָרעם גרױס ביז די הימלען איז דײַן חֶסֶד,
און ביז די װאָלקן דײַן טרײַשאַפֿט.
12 דערהײב דיך איבער די הימלען, אלֹקים,
איבער דער גאַנצער ערד זאָל זײַן דײַן כּבֿוד.