1 אַ תּפֿילה פֿון דָוִדן.
הער צו, ה׳, גערעכטיקײט,
האָרך צו מײַן געשרײ,
פֿאַרנעם מײַן תּפֿילה פֿון ליפּן אָן פֿאַלשקײט.
2 פֿון פֿאַר דיר זאָל מײַן משפּט אַרױסגײן,
דײַנע אױגן זאָלן זען די ריכטיקײט.
3 האָסט געפּרוּװט מײַן האַרץ,
האָסט נאָכגעזוכט בײַ נאַכט,
האָסט מיך געלײַטערט, און נישט געפֿונען
איך זאָל טראַכטן װאָס דאַרף נישט אַריבער מײַן מױל.
4 אין מעשׂים פֿון מענטשן,
האָב איך, לױטן װאָרט פֿון דײַנע ליפּן,
מיך געהיט פֿון די װעגן פֿון דעם פֿאַרשײַטן.
5 מײַנע טריט האָבן זיך געהאַלטן אָן דײַנע שטעגן,
נישט אױסגעגליטשט האָבן זיך מײַנע פֿיס.
6 איך האָב דיך גערופֿן, װאָרעם דו װעסט מיר ענטפֿערן, אֵל;
נײַג דײַן אױער צו מיר, הער צו מײַן װאָרט.
7 מאַך װוּנדערלעך דײַנע חסדים,
דו װאָס העלפֿסט די װאָס שיצן זיך
פֿון אָנפֿאַלער אין דײַן רעכטער האַנט.
8 היט מיך װי אַ שװאַרצאַפּל פֿון אױג,
אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען זאָלסטו מיך פֿאַרבאָרגן
9 פֿון די רשעים װאָס באַרױבן מיך,
מײַנע שָׂונאים אום לעבן װאָס רינגלען מיך אַרום.
10 זײער פֿעט האַרץ האָבן זײ פֿאַרשלאָסן,
מיט זײער מױל רעדן זײ האָפֿערדיק.
11 אױף אונדזער טריט האָבן זײ אַצונד אונדז אַרומגערינגלט,
זײערע אױגן שטעלן זײ אָן אונדז צו נײַגן צו דער ערד.
12 ער איז געגליכן צו אַ לײב װאָס גלוסט צו פֿאַרצוקן,
און צו אַ יונגלײב װאָס זיצט אין פֿאַרבאָרגענישן.
13 שטײ אױף, ה׳, גײ אים אַקעגן, װאַרף אים אַנידער,
מאַך אַנטרינען מײַן זעל פֿון דעם רשע מיט דײַן שװערד,
14 פֿון מענטשן, ה׳, מיט דײַן האַנט –
פֿון מענטשן פֿון דער װעלט, װאָס זײער חלק איז בײַם לעבן,
און מיט דײַן שאַץ פֿילסטו אָן זײער בױך;
זאַט זײַנען זײערע קינדער,
און זײ לאָזן זײער שפֿע צו זײערע יונגע.
15 איך אָבער װעל זען דײַן פּנים אין גערעכטיקײט,
איך װעל מיך זעטן אױפֿן װאַכן אין דײַן געשטאַלט.