Misericórdia
A misericórdia de Deus é eterna e inesgotável. Ele se compadece dos que sofrem, perdoa os arrependidos e derrama graça sobre os que não merecem. Grande é a sua fidelidade.
A misericórdia de Deus
Quem é Deus como tu, que perdoa a iniquidade? Ele se deleita em ter misericórdia e não retém a ira para sempre.
װער איז אַן אֵל װי דו, װאָס פֿאַרגיט זינד,
און גײט פֿאַרבײַ דעם פֿאַרברעך פֿון דעם איבערבלײַב פֿון זײַן אַרב?
ער האַלט נישט אױף אײביק זײַן צאָרן,
װאָרעם ער האָט ליב גענאָד.
פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן, װען נָתָן דער נבֿיא איז געקומען צו אים, נאָך דעם װי ער איז געקומען צו בַת-שֶבֿען.
דערמאָן, ה׳, דײַן דערבאַרעמונג און דײַנע חסדים,
װאָרעם זײ זײַנען פֿון אײביק אָן.
די זינד פֿון מײַן יוגנט און מײַנע פֿאַרברעכן
זאָלסטו נישט דערמאָנען;
לױט דײַן חֶסֶד דערמאָן זיך דו אָן מיר,
פֿון װעגן דײַן גוטסקײט, ה׳.
אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
פֿון די טיפֿענישן רוף איך דיך, ה׳.
אֲדֹנָי, הער צו מײַן קֹול;
זאָלן דײַנע אױערן זײַן פֿאַרנעמיק
צו דעם קֹול פֿון מײַנע געבעטן.
דײַן גערעכטיקײט האָב איך נישט פֿאַרדעקט אין מײַן האַרצן,
דײַן טרײַשאַפֿט און דײַן הילף האָב איך דערצײלט;
איך האָב נישט פֿאַרהױלן דײַן גענאָד
און דײַן אמת פֿאַרן גרױסן געזעמל.
נאָר גוטס און גענאָד װעלן מיר נאָכגײן
אַלע טעג פֿון מײַן לעבן,
און איך װעל זיצן אין ה׳ס הױז
אױף לאַנגע טעג.
װי אַ פֿאָטער דערבאַרעמט זיך אױף זײַנע קינדער,
אַזױ דערבאַרעמט זיך ה׳ אױף די װאָס פֿאָרכטן אים.
Graça e perdão
Onde o pecado abundou, superabundou a graça. Deus convida todos ao arrependimento e promete perdão total aos que confessam.
דער װאָס פֿאַרדעקט זײַנע זינד, װעט נישט באַגליקן,
אָבער דער װאָס איז זיך מודה און פֿאַרלאָזט זײ,
װעט דערבאַרעמט װערן.
זאָל דער רשע פֿאַרלאָזן זײַן װעג,
און דער מאַן פֿון אומרעכט זײַנע טראַכטונגען;
און זאָל ער זיך אומקערן צו ה׳,
און ער װעט אים דערבאַרעמען,
און צו אלוקינו, װאָרעם ער פֿאַרגיט אַ סך.
אָבער פֿון דעסט װעגן טוט ה׳ האַרן
אײַך צו לײַטזעליקן,
און פֿון דעסט װעגן טוט ער גאַרן
אײַך צו דערבאַרעמען;
װאָרעם אַ ג-ט פֿון גערעכטיקײט איז ה׳,
װױל צו די װאָס האַרן אױף אים.
Misericórdia e compaixão
Misericórdia quero e não sacrifício. Deus nos chama a ser misericordiosos como Ele é, perdoando e acolhendo o próximo.
אָבער אין דײַן גרױס דערבאַרעמונג האָסטו נישט געמאַכט פֿון זײ אַ פֿאַרלענדונג, און האָסט זײ נישט פֿאַרלאָזן, װאָרעם אַן אֵל אַ לײַטזעליקער און אַ דערבאַרעמדיקער ביסטו.
גוט איז דער מאַן װאָס איז לײַטזעליק און לײַט,
װאָס פֿירט זײַנע זאַכן מיט גערעכטיקײט.
און זאָל די ליבלעכקײט פֿון אֲדֹנָי אלוקינו זײַן אױף אונדז;
און באַפֿעסטיק פֿאַר אונדז דאָס װערק פֿון אונדזערע הענט,
יאָ, דאָס װערק פֿון אונדזערע הענט, באַפֿעסטיק עס.
Acessar a misericórdia
Cheguemos com confiança ao trono da graça. Ali encontramos misericórdia e graça para socorro no tempo oportuno.
און יחִזקִיָהו האָט געשיקט צו גאַנץ יִשׂרָאֵל און יהוּדה, און ער האָט אױך געשריבן בריװ צו אפֿרים און מנַשֶה, צו קומען אין הױז פֿון ה׳ אין ירושָלַיִם צו מאַכן דעם קָרבָּן-פֶּסַח צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל. און דער מלך און זײַנע האַרן און די גאַנצע עדה אין ירושָלַיִם האָבן זיך באַקלערט צו מאַכן דעם קָרבָּן-פֶּסַח אין צװײטן חודש. װאָרעם זײ האָבן אים נישט געקענט מאַכן אין יענער צײַט, װײַל נישט גענוג כּהנים האָבן זיך געהאַט געהײליקט, און דאָס פֿאָלק איז נישט געװען אײַנגעזאַמלט אין ירושָלַיִם. און די זאַך איז געװען גלײַך אין די אױגן פֿון מלך, און אין די אױגן פֿון דער גאַנצער עדה. און זײ האָבן באַשטימט די זאַך, אַרױסצולאָזן אַן אױסרוף אין גאַנץ יִשׂרָאֵל, פֿון באֵר-שֶבַֿע און ביז דָן, צו קומען מאַכן קָרבָּן-פֶּסַח צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל אין ירושָלַיִם; װאָרעם מע האָט אים שױן פֿון לאַנג נישט געהאַט געמאַכט אַזױ װי עס שטײט געשריבן.
און די לױפֿערס זײַנען געגאַנגען מיט בריװ פֿון דער האַנט פֿון מלך און זײַנע האַרן, דורך גאַנץ יִשׂרָאֵל און יהוּדה, און לױט דעם באַפֿעל פֿון דעם מלך, אַזױ צו זאָגן: קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, קערט אײַך אום צו ה׳ דעם ג-ט פֿון אבֿרהם, יִצחָק, און יִשׂרָאֵל, כּדי ער זאָל זיך אומקערן צו די אַנטרונענע װאָס זײַנען אײַך געבליבן פֿון דער האַנט פֿון די מלכים פֿון אשור. און איר זאָלט נישט זײַן װי אײַערע פֿאָטערס, און אַזױ װי אײַערע ברידער, װאָס האָבן געפֿעלשט אָן ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן, און ער האָט זײ געמאַכט פֿאַר אַ בײזװוּנדער, אַזױ װי איר זעט. אַצונד, זאָלט איר נישט האַרט מאַכן אײַער נאַקן אַזױ װי אײַערע עלטערן; גיט די האַנט צו ה׳, און קומט אין זײַן מִקדָש װאָס ער האָט געהײליקט אױף אײביק, און דינט ה׳ אלוקיכם, כּדי זײַן גרימצאָרן זאָל זיך אָפּקערן פֿון אײַך. װאָרעם אַז איר װעט זיך אומקערן צו ה׳, װעלן אײַערע ברידער און אײַערע זין קריגן דערבאַרעמונג בײַ זײערע פֿאַנגערס, און זיך אומקערן צו דעם דאָזיקן לאַנד, װאָרעם דערבאַרעמדיק און לײַטזעליק איז ה׳ אלוקיכם, און ער װעט נישט אָפּקערן דעם פָּנים פֿון אײַך, אַז איר װעט זיך אומקערן צו אים.
און די לױפֿערס זײַנען געגאַנגען פֿון שטאָט דורך לאַנד אפֿרים און מנַשֶה, און ביז זבֿולון; אָבער מע האָט געלאַכט פֿון זײ און געשפּעט פֿון זײ. נאָר טײל פֿון אָשֵר און מנַשֶה און זבֿולון זײַנען געװאָרן אונטערטעניק, און זײַנען געקומען קײן ירושָלַיִם. אױך אין יהוּדה איז געװען די האַנט פֿון האלֹקים צו געבן אײן האַרץ צו טאָן דעם באַפֿעל פֿון דעם מלך און האַרן, לױט דעם װאָרט פֿון ה׳.
און עס האָבן זיך אױפֿגעקליבן אין ירושָלַיִם אַ סך פֿאָלק צו מאַכן דעם יוֹם-טובֿ פֿון מַצות אין צװײטן חודש – זײער אַ גרױסע אײַנזאַמלונג. און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן אָפּגעטאָן די מזבחות װאָס אין ירושָלַיִם, און אַלע רײכערערטער האָבן זײ אָפּגעטאָן און אַרײַנגעװאָרפֿן אין טײַך קִדרוֹן. און זײ האָבן געשאָכטן דעם קָרבָּן-פֶּסַח אין פֿערצנטן טאָג פֿון צװײטן חודש; און די כּהנים און די לוִיִים האָבן זיך געשעמט, און זײ האָבן זיך געהײליקט, און געבראַכט בראַנדאָפּפֿער אין הױז פֿון ה׳. און זײ זײַנען געשטאַנען אױף זײער אָרט, אַזױ װי זײער דין, לױט דער תּורה פֿון משה דעם מאַן פֿון ג-ט; די כּהנים האָבן געשפּרענגט דאָס בלוט פֿון דער האַנט פֿון די לוִיִים. װאָרעם אַ סך זײַנען געװען אין דער אײַנזאַמלונג װאָס האָבן זיך נישט געהײליקט; דערום זײַנען די לוִיִים געװען איבער דער שעכטונג פֿון דעם קָרבָּן-פֶּסַח פֿאַר איטלעכן װאָס איז נישט רײן, כּדי צו הײליקן צו ה׳. װײַל דאָס רובֿ פֿון דעם פֿאָלק, צומײנסט פֿון אפֿרים און מנַשֶה, יִשׂשָׂכָר און זבֿולון, האָבן זיך נישט גערײניקט; נאָר זײ האָבן געגעסן דעם קָרבָּן-פֶּסַח נישט װי עס שטײט געשריבן, װײַל יחִזקִיָהו האָט מתפּלל געװען אױף זײ, אַזױ צו זאָגן: ה׳ דער גוטער זאָל מכַפּר זײַן אױף איטלעכן װאָס האָט געקערט זײַן האַרץ צו זוכן האלֹקים ה׳, דעם ג-ט פֿון זײַנע עלטערן, הגם נישט לױט דער רײנקײט װאָס מע דאַרף בײַ הײליקײט. און ה׳ האָט צוגעהערט יחִזקִיָהו, און ער האָט געהײלט דאָס פֿאָלק.
און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס האָבן זיך געפֿונען אין ירושָלַיִם, האָבן געמאַכט דעם יוֹם-טובֿ פֿון מַצות זיבן טעג מיט גרױס שׂימחה; און די לוִיִים און די כּהנים האָבן געלױבט ה׳ טאָג אין טאָג, מיט שטאַרקע כּלי־זמר צו ה׳. און יחִזקִיָהו האָט גערעדט צום האַרצן פֿון די לוִיִים װאָס זײַנען געװען װױלפֿאַרשטאַנדיק װעגן ה׳. און זײ האָבן געגעסן די זיבן טעג פֿון יוֹם-טובֿ, און זײ האָבן געשלאַכט זִבְחֵי שלָמִים, און דאַנקאָפּפֿער ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן.
און די גאַנצע אײַנזאַמלונג האָט זיך באַקלערט צו מאַכן נאָך אַנדערע זיבן טעג; און זײ האָבן געמאַכט זיבן טעג אַ שׂימחה. װאָרעם דער מלך פֿון יהוּדה יחִזקִיָהו האָט מנדבֿ געװען פֿאַר דער אײַנזאַמלונג טױזנט אָקסן און זיבן טױזנט שאָף, און די האַרן האָבן מנדבֿ געװען פֿאַר דער אײַנזאַמלונג טױזנט אָקסן און צען טױזנט שאָף, און פֿיל כּהנים האָבן זיך געהײליקט. און די גאַנצע אײַנזאַמלונג פֿון יהוּדה, און די כּהנים און די לוִיִים, און די גאַנצע אײַנזאַמלונג װאָס איז געקומען פֿון יִשׂרָאֵל, און די פֿרעמדע װאָס זײַנען געקומען פֿון לאַנד יִשׂרָאֵל, אָדער װאָס זײַנען געזעסן אין יהוּדה, האָבן זיך געפֿרײט. און עס איז געװען אַ גרױסע שׂימחה אין ירושָלַיִם, װאָרעם פֿון די טעג פֿון שלמה דעם זון פֿון דָוִד, דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, איז אַזױ-װאָס נישט געװען אין ירושָלַיִם. און די כּהנים און די לוִיִים זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן געבענטשט דאָס פֿאָלק, און זײער קֹול איז צוגעהערט געװאָרן, און זײער תּפֿילה איז געקומען צו זײַן הײליקער װױנונג, אין הימל.
… אַזױ צו זאָגן:
אַז אַ מאַן שיקט אַװעק זײַן װײַב,
און זי גײט אַװעק פֿון אים,
און װערט אַן אַנדער מאַנס,
װעט ער דען זיך װידער אומקערן צו איר?
װאָלט נישט זינדיק פֿאַרזינדיקט װערן יענע לאַנד?
און דו האָסט מזַנה געװען מיט ליבהאָבער אַ סך,
און װילסט זיך אומקערן צו מיר,
זאָגט ה׳.
הײב אױף דײַנע אױגן אױף די הױכע ערטער, און זע,
װוּ ביסטו נישט געשענדט געװאָרן?
אױף די װעגן האָסטו געלױערט אױף זײ,
װי אַן אַראַבער אין דער מדבר;
און האָסט זינדיק געמאַכט דאָס לאַנד
מיט דײַן זנות און מיט דײַן שלעכטיקײט.
דערום זײַנען די פֿרירעגנס פֿאַרמיטן געװאָרן,
און שפּעטרעגן איז נישט געװען;
אָבער אַ שטערן פֿון אַ זוֹנה איז געװען בײַ דיר,
האָסטו זיך נישט געװאָלט שעמען.
האָסטו נישט אַקאָרשט גערופֿן צו מיר: פֿאָטער מײַן,
דו ביסט דער האַר פֿון מײַנע יוגנד.
װעט ער אױף אײביק אַ שׂינאה טראָגן?
װעט ער שטענדיק זי אָנהאַלטן?
אָט האָסטו גערעדט, און דאָך געטאָן דאָס בײז,
און געפּועלט בײַ זיך.
און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט אין די טעג פֿון מלך יֹאשִיָהו: האָסטו געזען װאָס די אָפּגעקערטע יִשׂרָאֵל האָט געטאָן? זי איז געגאַנגען אױף אַלע הױכן בערג, און אונטער אַלע גרינע בײמער, און האָט דאָרטן מזַנה געװען. און איך האָב געװעסט געזאָגט: נאָכדעם אַז זי האָט געטאָן דאָס אַלץ, װעט זי זיך אומקערן צו מיר; אָבער זי האָט זיך נישט אומגעקערט. און די פֿעלשערין איר שװעסטער יהוּדה האָט דאָס געזען. אָבער איך האָב געזען, אַז הגם דערפֿאַר װאָס די אָפּגעקערטע יִשׂרָאֵל האָט אומטרײַשאַפֿט באַגאַנגען, האָב איך זי אַװעקגעשיקט, און איר געגעבן איר שײדבריװ, האָט פֿון דעסטװעגן נישט מורא געהאַט די פֿעלשערין יהוּדה איר שװעסטער, און זי אױך איז געגאַנגען און האָט מזַנה געװען. און עס איז געװען, פֿון װעגן דער לײַכטיקײט פֿון איר זנות האָט זי זינדיק געמאַכט דאָס לאַנד, און זי האָט אומטרײַשאַפֿט באַגאַנגען מיט שטײן און מיט האָלץ. אָבער אַפֿילו נאָך אַלעם דעם האָט די פֿעלשערין איר שװעסטער יהוּדה זיך נישט אומגעקערט צו מיר מיט איר גאַנצן האַרצן, נאָר בלױז מיט ליגן, זאָגט ה׳.
און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: די אָפּגעקערטע יִשׂרָאֵל האָט זיך אַרױסגעװיזן מער רעכטפֿאַרטיק פֿון דער פֿעלשערין יהוּדה.
גײ און זאָלסט רופֿן די דאָזיקע װערטער קעגן צפֿון, און זאָגן:
קער זיך אום, דו אָפּגעקערטע יִשׂרָאֵל,
זאָגט ה׳,
איך װעל נישט װאַרפֿן אַ בײז פּנים אױף אײַך,
װאָרעם איך בין גענאָדיק,
זאָגט ה׳,
איך האַלט נישט אַ שׂינאה אױף אײביק.
נאָר דו זאָלסט אַנערקענען דײַנע זינד,
אַז אָן ה׳ דײַן ג-ט האָסטו דו װידערשפּעניקט,
און האָסט צעשפּרײט דײַנע װעגן צו פֿרעמדע,
אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם;
און צו מײַן קֹול האָט איר נישט צוגעהערט,
זאָגט ה׳.
קערט אײַך אום, קינדער אָפּקערער,
זאָגט ה׳,
װאָרעם איך האָב חתונה געהאַט מיט אײַך,
און איך װעל אײַך נעמען אײנעם פֿון אַ שטאָט,
און צװײ פֿון אַ משפּחה,
און װעל אײַך ברענגען קײן צִיוֹן.
און איך װעל אײַך געבן פּאַסטוכער נאָך מײַן האַרצן, און זײ װעלן אײַך פֿיטערן מיט קענשאַפֿט און מיט פֿאַרשטאַנדיקײט. און עס װעט זײַן, אַז איר װעט זיך מערן און פֿרוכפּערן אין לאַנד, אין יענע טעג, זאָגט ה׳, װעט מען מער נישט זאָגן: דער אָרון פֿון ה׳ס ברית; און ער װעט אױפֿן זינען נישט אַרױף, און מע װעט אים נישט דערמאָנען און נישט דאַכטן; און ער װעט מער נישט געמאַכט װערן. אין יענער צײַט װעט מען רופֿן ירושָלַיִם דער טראָן פֿון ה׳, און אײַנזאַמלען װעלן זיך צו איר אַלע פֿעלקער, פֿון װעגן ה׳ס נאָמען, קײן ירושָלַיִם, און זײ װעלן מער נישט גײן נאָך דער אײַנגעשפּאַרטיקײט פֿון זײער בײזן האַרצן. אין יענע טעג װעט גײן דאָס הױז פֿון יהוּדה מיט דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ װעלן קומען אין אײנעם פֿון צפֿון-לאַנד אין דעם לאַנד װאָס איך האָב געמאַכט אַרבן אײַערע עלטערן.
און איך האָב געװעסט געזאָגט:
װי װעל איך דיך אױסריכטן צװישן די קינדער,
און דיר געבן אַ גלוסטיק לאַנד,
די שײנשענסטע נחלה פֿון די פֿעלקער!
און איך האָב געזאָגט: פֿאָטער מײַן װעסטו מיך רופֿן,
און פֿון הינטער מיר װעסטו זיך נישט אָפּקערן.
אָבער אַזױ װי אַ װײַב װאָס פֿעלשט אָן איר מאַן,
אַזױ האָט איר געפֿעלשט אָן מיר, הױז פֿון יִשׂרָאֵל,
זאָגט ה׳.
זאָל אַ קֹול װערט אױף די הױכע ערטער געהערט,
אַ תּכנונים-געװײן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל,
װאָרעם זײ האָבן פֿאַרקרימט זײער װעג,
פֿאַרגעסן אָן ה׳ זײער ג-ט.
קערט אײַך אום, קינדער אָפּקערער,
איך װעל הײלן אײַערע אָפּקערונגען.
דאָ זײַנען מיר, געקומען צו דיר,
װאָרעם דו ביסט ה׳ אלוקינו.
פֿאַר װאָר, פֿאַלש איז װאָס פֿון די הײכן,
דער טומל פֿון די בערג;
פֿאַר װאָר, אין ה׳ אלוקינו
איז די הילף פֿון יִשׂרָאֵל.
און די שאַנדגעטערײַ האָט אױפֿגעגעסן די מי פֿון אונדזערע עלטערן, פֿון אונדזער יוגנט אָן, זײערע שאָף און זײערע רינדער, זײערע זין און זײערע טעכטער. לאָמיר ליגן אין אונדזער שאַנד, און זאָל אונדז באַדעקן אונדזער שמאַך, װאָרעם צו ה׳ אלוקינו האָבן מיר געזינדיקט, מיר און אונדזערע עלטערן, פֿון אונדזער יוגנט און ביז הײַנטיקן טאָג, און מיר האָבן נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳ אלוקינו.