Pular para o conteúdo
Publicidade

Salmos 130

1 אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.

פֿון די טיפֿענישן רוף איך דיך, ה׳.

2 אֲדֹנָי, הער צו מײַן קֹול;

זאָלן דײַנע אױערן זײַן פֿאַרנעמיק

צו דעם קֹול פֿון מײַנע געבעטן.

3 אַז דו, ה׳, זאָלסט אַכטן אױף זינד,

װער, אֲדֹנָי, קען באַשטײן?

4 װאָרעם בײַ דיר איז פֿאַרגעבונג,

דערום װערסטו געפֿאָרכט.

5 איך האָב געהאָפֿט אױף ה׳,

געהאָפֿט האָט מײַן זעל,

און אױף זײַן װאָרט האָב איך געהאַרט.

6 מײַן נפֿש קוקט אױס אױף אֲדֹנָי

מער װי װעכטער אױף פֿרימאָרגן,

װעכטער אױפֿן פֿרימאָרגן.

7 אָ ישׂראל האָף אױף ה׳,

װאָרעם בײַ ה׳ איז גענאָד,

און בײַ אים איז גרױס אױסלײזונג.

8 און ער װעט אױסלײזן יִשׂרָאֵל

פֿון אַלע זײַנע זינד.

Veja também