Pular para o conteúdo
Publicidade

Palavras de consolo

Por Bíblia Online

A Bíblia é repleta de palavras de consolo para os aflitos. Deus está perto dos que sofrem e promete enxugar toda lágrima, renovar a esperança e restaurar o coração partido.

Deus está conosco

O Senhor é refúgio e fortaleza. Mesmo no vale da sombra da morte, não precisamos temer — Ele está ao nosso lado para nos consolar.

אַפֿילו אַז איך גײ אין טאָל פֿון טױטשאָטן,

האָב איך נישט מורא פֿאַר בײז,

װאָרעם דו ביסט מיט מיר;

דײַן רוּט און דײַן שטעקן, זײ טוען מיך טרײסטן.

פֿון דָוִדן.

ה׳ איז מײַן ליכט און מײַן הילף,

פֿאַר װעמען זאָל איך מורא האָבן?

ה׳ איז די פֿעסטונג פֿון מײַן לעבן,

פֿאַר װעמען זאָל איך אַנגסטן?

און ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט,

ער װעט דָן זײַן די פֿעלקער מיט יושר.

אײנס האָב איך פֿאַרלאַנגט פֿון ה׳,

דאָס טו איך בעטן:

איך זאָל זיצן אין הױז פֿון ה׳

אַלע טעג פֿון מײַן לעבן,

צו זען די ליבלעכקײט פֿון ה׳,

און זיך צו פֿעדערן אין זײַן הֵיכל.

װאָרעם ער באַהאַלט מיך אין זײַן בײַדל,

אין דעם טאָג פֿון בײז,

ער פֿאַרבאָרגט מיך אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון זײַן געצעלט,

אױף אַ פֿעלדז טוט ער מיך דערהײבן.

װאָרעם דו ביסט מײַן האָפֿענונג, ה׳ אֲדֹנָי,

מײַן פֿאַרזיכערונג פֿון מײַן יוגנט אָן.

Consolação e esperança

Deus consola os humildes e exalta os abatidos. Ele nunca nos desamparará.

און ה׳, ער איז דער װאָס גײט דיר פֿאַרױס; ער װעט זײַן מיט דיר, ער װעט דיך נישט אָפּלאָזן און דיך נישט פֿאַרלאָזן; זאָלסט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן.

איר זאָלט נישט מורא האָבן פֿאַר זײ, װאָרעם ה׳ אלוקיכם איז דער װאָס האַלט מלחמה פֿאַר אײַך.

פֿאַר װאָר, איך זאָג דיר אָן: זײַ שטאַרק און פֿעסט, זאָלסט נישט פֿאָרכטן און נישט אַנגסטן, װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט איז מיט דיר אומעטום װוּ דו װעסט גײן.

ער שטעלט די נידעריקע אין דער הײך,

און די פֿינצטערע װערן דערהױבן דורך הילף.

Descanso e renovação

Bem-aventurados os que choram, pois serão consolados. A Bíblia nos convida a descansar nos braços do Pai e encontrar paz para a alma.

מאַך מיר אַ צײכן צום גוטן,

און זאָלן זען מײַנע שָׂונאים און פֿאַרשעמט װערן,

אַז דו ה׳ האָסט מיך געהאָלפֿן און מיך געטרײסט.

זאָל זײַן, איך בעט דיך, דײַן חֶסֶד מיך צו טרײסטן,

אַזױ װי דײַן צוזאָג צו דײַן קנעכט.

אַז דו װעסט זיך לײגן װעסטו נישט אַנגסטן,

און װעסט ליגן, און זיס װעט זײַן דײַן שלאָף.

אױף אַלץ איז דאָ אַ שעה, און אַ צײַט פֿאַר איטלעכער זאַך אונטערן הימל:

אַ צײַט געבאָרן צו װערן,

און אַ צײַט צו שטאַרבן;

אַ צײַט צו פֿלאַנצן,

און אַ צײַט אױסצורײַסן דאָס געפֿלאַנצטע.

אַ צײַט צו הרגען,

און אַ צײַט צו הײלן;

אַ צײַט צו ברעכן,

און אַ צײַט צו בױען.

אַ צײַט צו װײנען,

און אַ צײַט צו לאַכן;

אַ צײַט צו קלאָגן,

און אַ צײַט צו טאַנצן.

אַ צײַט אַװעקצוּװאַרפֿן שטײנער,

און אַ צײַט אױפֿצוקלײַבן שטײנער;

אַ צײַט צו האַלדזן,

און אַ צײַט זיך צו דערװײַטערן פֿון האַלדזן.

אַ צײַט צו זוכן,

און אַ צײַט אָנצוּװערן;

אַ צײַט צו היטן,

און אַ צײַט אַװעקצוּװאַרפֿן.

אַ צײַט צו רײַסן,

און אַ צײַט צו נײען;

אַ צײַט צו שװײַגן,

און אַ צײַט צו רעדן.

אַ צײַט ליב צו האָבן,

און צײַט פֿײַנט צו האָבן;

אַ צײַט פֿאַר מלחמה,

און אַ צײַט פֿאַר שלום.

Seja o primeiro