Pular para o conteúdo
Publicidade

Planejamento

Por Bíblia Online

O planejamento é sábio, mas deve sempre se submeter à vontade de Deus. A Bíblia ensina que devemos planejar com prudência, mas confiar que Deus dirige nossos passos.

Planejar com sabedoria

Contar nossos dias nos ensina a ter coração sábio. O planejamento prudente é elogiado na Escritura como expressão de bom senso.

לערן אונדז ריכטיק צו צײלן אונדזערע טעג,

כּדי מיר זאָלן קריגן אַ האַרץ פֿון חכמה.

אָן באַראָט װערן טראַכטונגען פֿאַרשטערט,

און דורך פֿיל יוֹעצים קומען זײ צו שטאַנד.

לײג אַרױף דײַנע טוּונגען אױף ה׳,

און דײַנע מחשבֿות װעלן צו שטאַנד קומען.

זאָלסטו זיך נישט מאַטערן צו װערן רײַך;

פֿון זינען שלאָג עס דיר אַרױס.

Deus dirige os passos

O coração do homem planeja, mas a resposta certa vem do Senhor. Seus caminhos são mais altos que os nossos, e seus planos prevalecem.

דעם מענטשנס האַרץ דענקט זײַן װעג,

אָבער ה׳ לענקט זײַן טריט.

פֿיל מחשבֿות זײַנען אין מענטשנס האַרצן,

אָבער ה׳ס באַראָט, ער װעט באַשטײן.

װאָרעם נישט מײַנע טראַכטונגען זײַנען אײַערע טראַכטונגען,

און נישט אײַערע װעגן זײַנען מײַנע װעגן, זאָגט ה׳.

װאָרעם װי דער הימל איז העכער פֿון דער ערד,

אַזױ זײַנען מײַנע װעגן העכער פֿון אײַערע װעגן,

און מײַנע טראַכטונגען פֿון אײַערע טראַכטונגען.

דאָס אױך איז אַרױס פֿון ה׳ צבָֿאוֹת;

װוּנדערלעך איז ער אין באַראָט, גרױס איז ער אין חכמה.

Confiança no plano de Deus

Os planos do Senhor são de paz e esperança. Ele revela seus segredos aos seus servos e guia com fidelidade cada caminho confiado a Ele.

װאָרעם איך װײס די טראַכטונגען װאָס איך טראַכט װעגן אײַך, זאָגט ה׳, טראַכטונגען פֿון פֿריד, און נישט צום בײזן, כּדי אײַך צו געבן אַ צוקונפֿט און אַ האָפֿענונג.

פֿאַר װאָר, אֲדֹנָי ה׳ טוט נישט קײן זאַך,

סײַדן ער האָט אַנטפּלעקט זײַן סָוד

צו זײַנע קנעכט די נבֿיאים.

ער װעט אַכטן אױף אַלע דײַנע שפּײַזאָפּפֿער,

און דאָס פֿעטס פֿון דײַן בראַנדאָפּפֿער װעט ער אָננעמען.

סֶלָה.

לאָז מיך הערן אין פֿרימאָרגן דײַן חֶסֶד,

װאָרעם אױף דיר האָב איך מיך פֿאַרזיכערט.

לאָז מיך װיסן דעם װעג װאָס איך זאָל גײן,

װאָרעם צו דיר האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן זעל.

אױף אַלץ איז דאָ אַ שעה, און אַ צײַט פֿאַר איטלעכער זאַך אונטערן הימל:

זאָלסט נישט מקנא זײַן דעם מאַן פֿון אומרעכט,

און זאָלסט נישט אױסװײלן קײנעם פֿון זײַנע װעגן.

װאָרעם אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ איז דער פֿאַרקערטער,

און מיט די רעכטפֿאַרטיקע איז ער פֿאַרטרױט.

Seja o primeiro