Pular para o conteúdo
Publicidade

Sabedoria

Por Bíblia Online

A sabedoria é um dos temas mais ricos da Bíblia. O temor do Senhor é seu princípio, e buscá-la vale mais que ouro ou prata. Deus promete dar sabedoria generosamente a quem pedir com fé.

O princípio da sabedoria

O temor do Senhor é o início de toda sabedoria verdadeira. Quem reverencia a Deus aprende a viver com discernimento e prudência.

דער אָנהײב פֿון קענשאַפֿט איז מורא פֿאַר ה׳,

אָבער די נאַרן פֿאַראַכטן חכמה און מוסר.

דער אָנהײב פֿון חכמה איז מורא פֿאַר ה׳,

און די דערקענונג פֿון דעם הײליקן איז פֿאַרשטאַנדיקײט.

מורא פֿאַר ה׳ איז די מוסר פֿון חכמה,

און פֿאַר כּבֿוד קומט עניװת.

דער אָנהײב פֿון חכמה איז מורא פֿאַר ה׳;

װױלפֿאַרשטאַנדיקײט איז בײַ אַלע װאָס טוען דאָס.

זײַן לױב באַשטײט אײביק.

אָבער די חכמה פֿון װאַנען קען געפֿונען װערן,

און װוּ איז דער אָרט פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט?

קײן מענטש װײס נישט איר װערדע,

און זי געפֿינט זיך נישט אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע.

דער תּהום זאָגט: נישט אין מיר;

און דער ים זאָגט: נישט בײַ מיר.

פֿאַר איר קען נישט געגעבן װערן פֿײַנגאָלד,

און זילבער קען נישט געװױגן װערן פֿאַר איר מקח.

זי קען נישט אָפּגעשאַצט װערן מיט אוֹפֿיר-גאָלד,

מיט טײַערן אָניקל און סאַפּירשטײן.

גאָלד און גלאָז זײַנען נישט איר גלײַכן,

און כּלים פֿון גינגאָלד איר אױסבײַט.

אַבֿנים טובֿות און קריסטאָל דאַרפֿן נישט דערמאָנט װערן,

און מער פֿון קאַרעלן איז דער באַטרעף פֿון חכמה.

טאָפּאַז פֿון כּוּש איז נישט איר גלײַכן,

מיט רײנעם גאָלד קען זי נישט אָפּגעשאַצט װערן.

טאָ פֿון װאַנען קומט די חכמה?

און װוּ איז דער אָרט פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט?

אַז זי איז פֿאַרהױלן פֿון די אױגן פֿון יעטװעדער לעבעדיקן,

און פֿון פֿױגל פֿון הימל איז זי פֿאַרבאָרגן.

אונטערגאַנג און טױט זאָגן:

מיט אונדזערע אױערן האָבן מיר געהערט איר הערונג.

Sabedoria como dom de Deus

A verdadeira sabedoria vem do alto. Deus a concede generosamente a quem pede com fé, sem lançar em rosto a fraqueza humana.

װאָרעם ה׳ שענקט חכמה,

פֿון זײַן מױל איז װיסן און פֿאַרשטאַנדיקײט.

װאָרעם ה׳ שענקט חכמה,

פֿון זײַן מױל איז װיסן און פֿאַרשטאַנדיקײט.

נאָר בלױז צום שׂכל װעסטו רופֿן,

צו פֿאַרשטאַנדיקײט אױפֿהײבן דײַן קֹול;

דענצמאָל װעסטו פֿאַרשטײן מורא פֿאַר ה׳,

און דערקענונג פֿון אלֹקים װעסטו געפֿינען.

דיך, ג-ט פֿון מײַנע עלטערן,

טו איך דאַנקען און לױבן,

װאָס דו האָסט מיר געגעבן חכמה און גבֿורה,

און האָסט מיך אַצונד געמאַכט װיסן

װאָס מיר האָבן געבעטן פֿון דיר;

װאָס די זאַך פֿון מלך האָסטו אונדז געמאַכט װיסן.

דָניאֵל האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט:

געלױבט זאָל זײַן דער נאָמען פֿון ג-ט

פֿון אײביקײט ביז אײביקײט;

װאָרעם חכמה און גבֿורה זײַנען זײַנע,

און די דאָזיקע פֿיר ייִנגלעך, זײ האָט האלֹקים געגעבן קענשאַפֿט און פֿאַרשטאַנדיקײט אין אַלערלײ ספֿרים און חכמה; און דָניאֵל האָט פֿאַרשטאַנען יעטװעדער זעונג און חלומות.

A sabedoria do alto

A sabedoria que vem de Deus é pura, pacífica, amável, cheia de misericórdia e de bons frutos. Ela se opõe à sabedoria terrena e mundana.

Direção e discernimento

Deus guia os humildes na justiça e ensina seu caminho aos mansos. Ele promete dirigir nossos passos quando confiamos nele de todo o coração.

פֿאַרזיכער זיך אױף ה׳ מיט דײַן גאַנצן האַרצן,

און אױף דײַן פֿאַרשטאַנדיקײט זאָלסטו זיך נישט אָנלענען.

אין אַלע דײַנע װעגן טו אים קענען,

און ער װעט גלײַך מאַכן דײַנע שטעגן.

זאָלסט נישט זײַן אַ חכם אין דײַנע אױגן,

האָב מורא פֿאַר ה׳, און קער זיך אָפּ פֿון בײז.

איך װעל דיך קלוג מאַכן

און דיר װײַזן דעם װעג װאָס דו זאָלסט גײן,

איך װעל האַלטן מײַן אױג אױף דיר.

ער פֿירט די שטילע אין גערעכטיקײט,

און לערנט די שטילע זײַן װעג.

דײַנע װעגן, ה׳, מאַך מיך װיסן,

דײַנע שטעגן לערן מיך.

פֿיר מיך אין דײַן אמת, און לערן מיך,

װאָרעם דו ביסט דער אלֹקים פֿון מײַן הילף;

צו דיר האָב איך געהאָפֿט אַ גאַנצן טאָג.

פֿון ה׳ װערן אָנגעשטעלט די טריט פֿון מענטשן,

און ער באַװיליקט זײַן װעג.

לאָז מיך הערן אין פֿרימאָרגן דײַן חֶסֶד,

װאָרעם אױף דיר האָב איך מיך פֿאַרזיכערט.

לאָז מיך װיסן דעם װעג װאָס איך זאָל גײן,

װאָרעם צו דיר האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן זעל.

לערן מיך צו טאָן דײַן רָצון,

װאָרעם דו ביסט מײַן ג-ט;

דײַן גוטער גײַסט זאָל מיך פֿירן אױף אַ גלײַכן לאַנד.

פֿון דײַן נאָמען װעגן, ה׳, זאָלסטו מיך אױפֿלעבן,

אין דײַן גערעכטיקײט זאָלסטו אַרױסציען פֿון נױט מײַן זעל.

װײַז מיר, ה׳, דײַן װעג,

און פֿיר מיך אין גלײַכן שטעג,

פֿון װעגן מײַנע לױערער.

A Palavra como fonte de sabedoria

A Palavra de Deus é lâmpada para os pés e luz para o caminho. Meditar nas Escrituras nos dá entendimento superior ao dos mestres.

אַ ליכט פֿאַר מײַן פֿוס איז דײַן װאָרט,

און אַ ליכטיקײט פֿאַר מײַן שטעג.

אַ ליכט פֿאַר מײַן פֿוס איז דײַן װאָרט,

און אַ ליכטיקײט פֿאַר מײַן שטעג.

אַנטפּלעק מײַנע אױגן, איך זאָל זען

די װוּנדער פֿון דײַן תּורה.

די אַנטפּלעקונג פֿון דײַנע װערטער מאַכט ליכטיק,

זי מאַכט פֿאַרשטאַנדיק דעם נאַרן.

װױל צו דעם מענטשן װאָס איז נישט געגאַנגען

אין דער עצה פֿון די רשעים.

און אױף דעם װעג פֿון די זינדיקע, איז ער נישט געשטאַנען,

און אין דער זיצונג פֿון די שפּעטער איז ער נישט געזעסן.

נײַערט צו דער תּורה פֿון ה׳ איז זײַן באַגער,

און אָן זײַן תּורה טראַכט ער טאָג און נאַכט.

אַז דו װעסט גײן, װעט עס דיך פֿירן,

אַז דו װעסט זיך לײגן, װעט עס דיך היטן,

און אַז דו װעסט זיך אױפֿכאַפּן, װעט עס רעדן צו דיר.

Sabedoria prática para o dia a dia

A sabedoria se aplica em cada decisão: nas finanças, nos relacionamentos, no trabalho e no uso do tempo. Vivamos como sábios, não como insensatos.

הערצו אַן עצה, און נעם אָן מוסר,

כּדי דו זאָלסט קלוג זײַן אין דײַן סוף.

הערצו אַן עצה, און נעם אָן מוסר,

כּדי דו זאָלסט קלוג זײַן אין דײַן סוף.

דער װאָס קױפֿט זיך אײַן שׂכל, האָט ליב זײַן זעל,

דער װאָס היט פֿאַרשטאַנדיקײט, װעט געפֿינען גוטס,

געדאַנקען קומען צו שטאַנד דורך אַן עצה,

און מיט תּחבוּלות פֿיר מלחמה.

װאָרעם מיט תּחבוּלות מוזטו אָנפֿירן דײַן מלחמה,

און הילף קומט דורך פֿיל יוֹעצים.

דער װאָס איז אײַנגעהאַלטן אין צאָרן,

האָט גרױס פֿאַרשטאַנדיקײט,

און דער װאָס האָט אַ קורץ געמיט,

קלײַבט אױף נאַרישקײט.

דורך מוטװיליקײט מאַכט מען בלױז אָן קריג,

אָבער בײַ די איבערלײגטע איז חכמה.

דער װאָס פּאַסט אױף זײַן מױל, פֿאַרהיט זײַן זעל,

דער װאָס שפּאַרט אױף זײַנע ליפּן, אױף אים װעט זײַן אַ בראָך.

דער װעג פֿון דעם נאַרן איז גלײַך אין זײַנע אױגן,

אָבער דער חכם הערט צו אַן עצה.

קומט מוטװיליקײט, קומט שאַנד,

אָבער בײַ די שטילע איז חכמה.

דער קלוגהאַרציקער נעמט אָן באַפֿעלן,

און דער ליפּננאַר װערט געשטרױכלט.

דאָס האַרץ פֿון דעם פֿאַרשטאַנדיקן קױפֿט זיך אײַן קענשאַפֿט,

און דאָס אױער פֿון די קלוגע זוכט קענשאַפֿט.

דער נאַר װיל נישט פֿאַרשטאַנדיקײט,

נאָר אַז זײַן שׂכל זאָל אַנטפּלעקט װערן.

אַפֿילו אַ נאַר אַז ער שװײַגט װערט גערעכנט אַ חכם;

דער װאָס מאַכט צו זײַנע ליפּן, אַ פֿאַרשטאַנדיקער.

דער חכם זאָל הערן און מערן לערנונג,

און דער פֿאַרשטאַנדיקער זאָל קריגן תּחבוּלות;

O valor da sabedoria

A sabedoria é mais preciosa que rubis. Quem a encontra, encontra a vida e alcança o favor do Senhor. Nada se compara a ela.

װױל צו דעם מענטשן װאָס געפֿינט חכמה,

און דעם מענטשן װאָס קריגט פֿאַרשטאַנדיקײט.

װאָרעם דער װאָס געפֿינט מיך, געפֿינט לעבן,

און קריגט באַװיליקונג פֿון ה׳.

װי בעסער זיך אײַנצוקױפֿן חכמה אײדער גאָלד!

און זיך אײַנצוקױפֿן שׂכל איז בילכער װי זילבער.

דעם מענטשנס האַרץ דענקט זײַן װעג,

אָבער ה׳ לענקט זײַן טריט.

דעם מענטשנס זײַנען די צוגרײטענישן פֿון האַרצן,

אָבער פֿון ה׳ איז דער ענטפֿער פֿון דער צונג.

װאָרעם חכמה איז אַ באַשירעמונג, געלט איז אַ באַשירעמונג, אָבער די מעלה פֿון קענשאַפֿט איז, װאָס חכמה האַלט אױף דאָס לעבן פֿון דעם װאָס האָט זי.

זאָלסט נישט זאָגן: װי איז דאָס, װאָס די פֿריִערדיקע טעג זײַנען געװען בעסער װי די איצטיקע? װאָרעם נישט פֿון חכמה פֿרעגסטו װעגן דעם.

װײַל דעם מענטשן װאָס איז װױלגעפֿעלן פֿאַר אים, גיט ער חכמה, און קענשאַפֿט, און פֿרײד; און דעם זינדיקן גיט ער אַן עסק צו קלײַבן און צו זאַמלען, כּדי איבערצולאָזן צו דעם װאָס איז װױלגעפֿעלן פֿאַר אלֹקים. דאָס אױך איז נישטיקײט און װינטיאָגעניש.

אַלץ װאָס דײַן האַנט פֿאַרמאָגט צו טאָן מיט דײַן כּוֹח, טו, װאָרעם נישטאָ קײן טאָן, אָדער אױסרעכענונג, אָדער קענשאַפֿט, אָדער חכמה, אין דער שְׁאֹול װאָס דו גײסט אַהין.

A sabedoria e a soberania de Deus

Os caminhos de Deus são mais altos que os nossos. Sua sabedoria é insondável, eterna e infinitamente superior ao entendimento humano.

װאָרעם װי דער הימל איז העכער פֿון דער ערד,

אַזױ זײַנען מײַנע װעגן העכער פֿון אײַערע װעגן,

און מײַנע טראַכטונגען פֿון אײַערע טראַכטונגען.

װאָרעם נישט מײַנע טראַכטונגען זײַנען אײַערע טראַכטונגען,

און נישט אײַערע װעגן זײַנען מײַנע װעגן, זאָגט ה׳.

װײסטו דען נישט?

צי האָסטו נישט געהערט?

ה׳ איז דער אײביקער אלֹקים,

דער באַשעפֿער פֿון די עקן פֿון דער ערד.

ער װערט נישט מיד און נישט מאַט;

נישט צו דערפֿאָרשן איז זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט.

װײסטו דען נישט?

צי האָסטו נישט געהערט?

ה׳ איז דער אײביקער אלֹקים,

דער באַשעפֿער פֿון די עקן פֿון דער ערד.

ער װערט נישט מיד און נישט מאַט;

נישט צו דערפֿאָרשן איז זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט.

אֲדֹנָי ה׳ האָט מיר געגעבן

אַ צונג פֿון געלערנטע,

צו װיסן צו העלפֿן דעם מידן מיט אַ װאָרט;

ער װעקט פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן,

ער װעקט מיר דאָס אױער,

צו הערן אַזױ װי די געלערנטע.

װײ, די װאָס נידערן קײן מִצרַיִם נאָך הילף,

און אױף פֿערד פֿאַרלאָזן זײ זיך;

און זײ פֿאַרזיכערן זיך אױף רײַטװעגן, װײַל זײ זײַנען פֿיל,

און אױף רײַטער, װײַל זײ זײַנען מאַכטיק זײער;

און זײ קערן זיך נישט צו דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל,

און ה׳ טוען זײ נישט זוכן!

אָבער פֿאַר װאָר, ער איז קלוג, און ער ברענגט דאָס בײז,

און זײַנע װערטער טוט ער נישט אָפּ.

און ער װעט אױפֿשטײן קעגן הױז פֿון די שלעכטסטוער,

און קעגן דער הילף פֿון די װאָס װערקן אומרעכט.

דאָס אױך איז אַרױס פֿון ה׳ צבָֿאוֹת;

װוּנדערלעך איז ער אין באַראָט, גרױס איז ער אין חכמה.

און רוען װעט אױף אים דער גײַסט פֿון ה׳,

דער גײַסט פֿון חכמה און פֿאַרשטאַנדיקײט,

דער גײַסט פֿון עצה און גבֿורה,

דער גײַסט פֿון דערקענונג און גאָצפֿאָרכטיקײט.

און זײַן קװיקונג װעט זײַן אין פֿאָרכט פֿון ה׳;

און נישט נאָך דער אױסזען פֿון זײַנע אױגן װעט ער משפּטן,

און נישט נאָך דער הערונג פֿון זײַנע אױערן װעט ער אַנטשײדן;

און ה׳ װעט דיך פֿירן תּמיד,

און װעט זעטן אין טריקענישן דײַן זעל,

און דײַנע בײנער װעט ער שטאַרקן;

און װעסט זײַן װי אַ גאָרטן אַן אָנגעטרונקענער,

און װי אַן אױסגאַנג װאַסער

װאָס זײַנע װאַסערן טוען נישט פֿעלשן.

װי פֿיל זײַנען דײַנע װערק, ה׳!

זײ אַלע האָסטו מיט חכמה געמאַכט;

די גאַנצע ערד איז פֿול מיט דײַן אײגנס.

גרױס איז אונדזער האַר און מאַכטיק אין כּוֹח,

נישטאָ קײן שיעור צו זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט.

מיט דײַן עצה װעסטו מיך פֿירן,

און צו כּבֿוד װעסטו מיך ברענגען.

לערן אונדז ריכטיק צו צײלן אונדזערע טעג,

כּדי מיר זאָלן קריגן אַ האַרץ פֿון חכמה.

דאָס מױל פֿון דעם צדיק לאָזט אַרױס חכמה,

און זײַן צונג רעדט גערעכטיקײט.

און קװיק זיך מיט ה׳,

און ער װעט דיר געבן די פֿאַרלאַנגען פֿון דײַן האַרצן.

אָבער איך װעל קומען

אין דײַן הױז דורך דײַן גרױס גענאָד,

איך װעל מיך בוקן אין דײַן הײליקן הֵיכל

צװישן דײַנע פֿאָרכטער.

װעסט מיך מאַכן װיסן דעם װעג פֿון לעבן;

אַ זעטיקײט פֿון פֿרײדן איז פֿאַר דײַן פּנים,

תּענוגים אין דײַן רעכטער האַנט אײביק.

הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, איר פֿעלקער,

און דערצײלט אין די אינדזלען פֿון דער װײַט, און זאָגט:

דער װאָס האָט צעשפּרײט יִשׂרָאֵל, טוט אים אײַנזאַמלען,

און היט אים װי אַ פּאַסטוך זײַן סטאַדע.

איך װײס, ה׳, אַז נישט בײַם מענטשן איז זײַן װעג,

נישט בײַם מענטשן איז גײענדיק צו לענקען זײַן טריט.

ער האָט געמאַכט די ערד מיט זײַן כּוֹח,

באַפֿעסטיקט די װעלט מיט זײַן חכמה,

און מיט זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט די הימלען פֿאַרשפּרײט.

זאָלסט זיך נישט רימען מיט דעם מאָרגעדיקן טאָג,

װאָרעם דו װײסט נישט װאָס דער טאָג װעט געבערן.

שלעכטע מענטשן פֿאַרשטײען נישט גערעכטיקײט,

אָבער די װאָס זוכן ה׳, פֿאַרשטײען אַלץ.

ה׳ האָט מיט חכמה געגרונטפֿעסט די ערד,

ער האָט אױפֿגעשטעלט די הימלען מיט פֿאַרשטאַנדיקײט.

איז בײַ גרײַזן די חכמה,

און אין אַריכת-ימים פֿאַרשטאַנדיקײט?

בײַ אים איז חכמה און גבֿורה,

ער האָט עצות און פֿאַרשטאַנדיקײט.

האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:

אמת, איך װײס אַז אַזױ איז עס;

אָבער װי קען אַ מענטש גערעכט זײַן פֿאַר אֵל?

אַז ער זאָל װעלן זיך קריגן מיט אים,

װאָלט ער אים נישט געקענט ענטפֿערן אײנס פֿון טױזנט.

קלוג אין האַרצן, און שטאַרק אין כּוֹח

װער קען זיך עקשנען קעגן אים און אַרױס גאַנץ?

מע האָט דיר אָנגעזאָגט, מענטש, װאָס איז גוט,

און װאָס ה׳ פֿאַרלאַנגט פֿון דיר:

נאָר בלױז טאָן גערעכטיקײט און ליב האָבן גענאָד,

און אומגײן שטיל פֿאַר דײַן ג-ט.

און ער האָט אָנגעזאָגט די ריכטער: זעט װאָס איר טוט, װאָרעם נישט פֿאַר אַ מענטשן משפּט איר, נאָר פֿאַר ה׳, און ער איז לעבן אײַך בײַם אַרױסזאָגן אַ משפּט.

Seja o primeiro