Pular para o conteúdo
Publicidade

Daniel 12

1 און אין יענער צײַט װעט אױפֿשטײן מיכָאֵל, דער גרױסער שׂאַר, װאָס שטײט פֿאַר די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק, און עס װעט זײַן אַ צײַט פֿון גרױסער צרה װאָס איז נישט געװען פֿון זינט עס איז דאָ אַן אומה ביז יענער צײַט. און אין יענער צײַט װעט דײַן פֿאָלק ניצול װערן, איטלעכער װאָס איז פֿאַרשריבן אין דעם בוך. 2 און פֿיל פֿון די װאָס שלאָפֿן אין דעם שטױב פֿון דער ערד, װעלן זיך אױפֿכאַפּן, טײל צו אײביקן לעבן, און טײל צו שאַנדן, צו אײביקן בושה. 3 און די פֿאַרשטאַנדיקע װעלן גלאַנצן אַזױ װי דער גלאַנץ פֿון הימל, און די װאָס האָבן געבראַכט פֿיל צו גערעכטיקײט, אַזױ װי די שטערן אױף אײביק און שטענדיק.

Veja também